במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים האָט זיך אין דער פּרעסע פֿאַרשפּרייט אַ גאַנצע כוואַליע אַרטיקלען וועגן דעם כּותל־המערבֿי. על־פּי־רובֿ זענען זיי פֿאַרבונדן אָדער מיטן אָנגייענדיקן מחלוקת אַרום דער פֿעמיניסטישער פֿרויען־גרופּע „נשות־הכּותל‟, וואָס קומט אַהין יעדן ראָש־חודש אָנגעטאָן אין טלית-און-תּפֿילין, אויפֿרעגנדיק מיט זייער אויסזען דעם טראַדיציאָנעלן פֿרומען עולם. אַן אַנדער סיבה פֿונעם אינטערעס צום דאָזיקן אָרט איז אַן אַנומלטיקער שמועס פֿון „אונעסקאָ‟.
מיט 100 יאָר צוריק, דעם 6טן יוני 1916, האָט דער טערקישער גובערנאַטאָר אַכמעד דזשעמאַל פּאַשאַ פֿאַרווערט די ייִדן מתפּלל צו זײַן בײַם כּותל, צוליב דער פּאָליטישער צווײַג פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג, וואָס האָט שוין דעמאָלט געחלומט איבערצונעמען ירושלים אונטערן ייִדישן קאָנטראָל. מיט נײַן חדשים נאָך דער גזירה, האָט דער פּאַשאַ — פֿאַר אַ גרויסער סומע געלט — ווידער דערלויבט די ייִדן צו דאַוונען בײַם כּותל.
אַזוי צי אַזוי, איז דאָס נישט געווען די ערשטע אָדער די לעצטע פּאָליטישע קאָנטראָווערסיע אַרום דעם כּותל. אין פּרינציפּ, מעג אַ פֿרוי טראָגן ציצית און לייגן תּפֿילין, הגם נישט אַלע פּוסקים זענען מסכּים דערמיט. די רביצין פֿון גרויסן מאַראָקאַנער צדיק און מקבול רבי חיים אבן עטר, דער מחבר פֿונעם קלאַסישן תּורה־פּירוש „אור החיים‟, און די „לודמירער מויד‟, חנה־רחל ווערבערמאַכער, וועלכע האָט געפֿירט אַן אייגענעם חסידישן הויף אין אוקראַיִנע, האָבן עס טאַקע געטאָן. אַ טייל פֿון די „נשות־הכּותל‟ שטרעבן אָבער אינגאַנצן אויסצומעקן דעם הלכהדיקן חילוק צווישן מענער און פֿרויען, דערפֿאַר שטויסן זיי זיך אָן אויף אַ באַזונדערס שטאַרקער קעגנערשאַפֿט מצד די חרדים, וועלכע האַלטן זיי פֿאַר אַן אַפּיקורסישער באַוועגונג.
דעם 22סטן יוני איז אין דער צײַטונג „האָרץ‟ דערשינען אַן אַרטיקל פֿון סדרה דעקאָווען־אזרחי, וואָס קריטיקירט די פֿרויען־גרופּע פֿון גאָר אַן אַנדער פּערספּעקטיוו. די מחברטע טענהט, אַז די פֿעמיניסטקעס פֿאַרוואַנדלען דעם כּותל אין אַ פֿעטיש, וואָס טראָגט דעם פּאָטענציאַל פֿון אַפּאָקאַליפּטישער בלוט־פֿאַרגיסונג. דער אַרטיקל קומט ווי אַ מין המשך צו אַן ענלעכער טענה פֿון אַבֿרהם בורג, פּובליקירט אין דער זעלבער צײַטונג מיט אַ וואָך פֿריִער.
בורג, אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער שרײַבער און פּאָליטיקער, האָט באַמערקט, אַז די אויפֿפֿירונג פֿון די „נשות־הכּותל‟ שמעקט מיט דיסקרימינאַציע. בלויז די כּהנים האָבן דאָך געמעגט ברענגען די קרבנות אינעם בית־המיקדש און בענטשן דאָרטן די אַנדערע ייִדן. אויב אַ געוויסע בת־כּהן טענהט, אַז זי דאַרף אויך האָבן דאָס רעכט אויסצופֿירן די דאָזיקע מענערלעכע מיצווה, מיינט עס נישט, אַז זי האָט פּראָגרעסיווע דעות. ווען מע טרעט אויף מיט אַזאַ טענה בײַם כּותל, שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, אַז געוויסע פֿרויען ווילן ווערן „כּהנטעס‟ אינעם נײַעם בית־המיקדש.
דעקאָווען־אזרחי גיט צו, אַז מיט זייערע מעשׂים פֿאַרשווײַגן די פֿעמיניסטקעס די פּראָבלעם פֿון דער פּאַלעסטינער אָקופּאַציע. מיט זייערע חלומות צו ווערן די נײַע „כּהנטעס‟ באַקומט זיך, אַז זיי ווילן אַרויסוואַרפֿן די אַראַבער פֿונעם הר־הבית. די מחברטע גיט צו, אַז פֿונעם כּותל שטראַלט אַרויס אַ סכּנותדיקע „ראַדיאַציע‟ פֿון שאָוויניזם. זי באַקלאָגט זיך, אַז אויב מע באַטראַכט עס ווי אַ הייליק אָרט אין אַ פּאָליטיש־נאַציאָנאַליסטישן זין, ווערט די קדושה פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַלשער רעליגיע פֿון גוואַלד און שׂינאה.
דעם 20סטן אַפּריל, האָט „האָרץ‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנדער אַרטיקל, פֿון אַריאל דוד, וווּ „אונעסקאָ‟, דער קולטור־אָפּטייל פֿון די „יו־ען‟, ווערט פֿאַרדאַמט פֿאַרן אָננעמען אַ „רעזאָלוציע‟, לויט וועלכער די ייִדישע פֿאַרבינדונגען מיטן כּותל־המערבֿי ווערן איגנאָרירט, אָבער עס ווערט באַטאָנט די מוסולמענישע אמונה, לויט וועלכער דער נבֿיא מוכאַמאַד איז געפֿלויגן על־פּי־נס קיין ירושלים אויפֿן הימלישן פֿערד מיטן נאָמען בוראַק. אויף דער 199סטער סעסיע פֿון „אונעסקאָ‟, האָבן אַ צאָל איסלאַמישע לענדער געטענהט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג איגנאָרירט די רעכט פֿון די מוסולמענער, וואָס באַטראַכטן דעם כּותל ווי דעם „בוראַק־פּלאַץ‟. למעשׂה, האָט די אָרגאַניזאַציע בלויז אָפּגעשטימט צו נעמען דעם דאָזיקן דאָקומענט אין באַטראַכט, אָבער האָט עס דערווײַל נישט אָנגענומען. פֿריִער האָט „אונעסקאָ‟ יאָ אָנערקענט, אַז דער כּותל־המערבֿי און דער הר־הבית זענען וויכטיק אין דער ייִדישער טראַדיציע, אָבער האָט אויף אַ פּאָליטישן קאָרעקטן אופֿן מסביר געווען, אַז פֿאַר די מוסולמענער און קריסטן זענען די דאָזיקע ערטער נישט ווייניקער וויכטיק. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אָנערקענט דער פֿאָרגעלייגטער דאָקומענט דווקא יאָ, אַז דער כּותל האָט אַ שײַכות צום ייִדישן בית־המיקדש. די מוסולמענער גלייבן, אַז דווקא צוליב דעם האָט דאָס מיסטעריעזע באַפֿליגלטע פֿערד אַוועקגעטראָגן מוכאַמעדן קיין ירושלים און באַטראַכט צוליב דעם די שטאָט אויך ווי אַ הייליקע.
דער מחבר פֿונעם סאַרקאַסטישן אַרטיקל אין „האָרץ‟ באַקלאָגט זיך, אַז דער דאָקומענט באַציט זיך צום כּותל ווי צו אַ „פֿערד־שטאַל‟. דאָס איז אַ מאָדנע טענה. לויט דער מוסולמענישער טראַדיציע איז דער „בוראַק‟ נישט קיין געוויינטלעכע גשמיותדיקע בהמה, נאָר אַ מין מלאך. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין די ייִדישע קוואַלן ווערט דאָס פֿיל־קאָליריקע אייזל, אויף וועלכן משיח וועט ברענגען די גאולה, אָנגערופֿן „סוסיא ברקא‟ — דאָס „בליץ־פֿערד‟. עס קאָן זײַן, אַז די מוסולמענישער טראַדיציע איז אין דעם פֿאַל דווקא פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט און באַנוצט זיך מיט אַן ענלעכן טערמין.
אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך, אַז דאָס אָרט, וואָס האָט געזאָלט שײַנען ווי אַ וועלט־קוואַל פֿון קדושה און געטלעכע אַנטפּלעקונגען, איז הײַנט געוואָרן אַ צענטער פֿון נאַרישע קריגערײַען און קאָנטראָווערסיעס. פֿאַרוואָס איז אַזוי געשען? עס קאָן זײַן, אַז אין אונדזער טראַדיציע איז בכלל נישטאָ אַזאַ באַגריף, ווי דאָס „הייליקסטע אָרט‟ אין וועלט. ווען מע טראַכט אַזאַ באַגריף אויס, זעט ער אויס פּריקרע.
די בראַצלעווער חסידים אין ירושלים גלייבן, למשל, אַז בײַ רבי נחמנס קבֿר אין אומאַן אַנטפּלעקט זיך אַן אוניקאַלע מדרגה פֿון קדושה, וואָס אין ערגעץ אַנדערש קאָן מען נישט טרעפֿן. דערפֿאַר פֿאָרן זיי קיין אומאַן יעדעס יאָר. די ליובאַוויטשער באַטראַכטן דאָס ברוקלינער הויז פֿונעם ליובאַוויטשער רבין און די בשכנותדיקע שיל פֿאַרן אמתן בית־המיקדש אינעם רוחניותדיקן זין. די באַזונדערע קדושה פֿונעם הר־הבית — נישט דעם כּותל — באַשטייט בלויז אין דעם, וואָס פֿאַר די משיחישע צײַטן טאָר אַ ייִד סײַ־ווי נישט אַהין אַרײַנקומען.
פֿאַרוואָס דאַרף מען זיך בכלל קריגן צוליב אַזעלכע ענינים? אַנשטאָט דעם פּוסטן פֿאַרמעסט פֿאַרן „הייליקסטן אָרט‟ אין דער וועלט, לאָמיר זוכן קדושה דאָ און איצט. אויב געוויסע פֿרויען ווילן דוכענען אין אַ שיל, קאָנען זיי דאָס טאָן וווּ מעל וויל און מע מוז נישט פֿליִען צוליב דעם קיין ירושלים, כּדי צו שאַפֿן דאָרטן אַ ספּעציעלע באַוועגונג. די פּלוראַליסטישע טענדענצן אין אונדזער טראַדיציע זענען פֿאַרבונדן מיטן קאָסמאָפּאָליטישן גײַסט פֿון ייִדישקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.