דעם 30טן יוני, 8:30 אין אָוונט, וועט פֿאָרקומען אין „דזשעלאָפּי‟־טעאַטער (Jalopy Theatre) אין ברוקלין אַ ייִדישער קאָנצערט מיט דער באַטייליקונג פֿון דזשאַש וואַלעצקי, פּעטריק פֿערעל, מײַק ווינאָגראַד, און דזשאָרדאָן מאָרטאָן. דער קאָנצערט וועט אַרײַננעמען אי אָריגינעלע אי טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער, ווי אויך ריין אינסטרומענטאַלע מוזיק.
פֿאַרן קאָנצערט, 6:30 אין אָוונט, וועט דאָרט פֿאָרקומען אַ קלעזמער־וואַרשטאַט (אָנגעפֿירט פֿון די זעלביקע מוזיקער).
וואַלעצקי אַרבעט איצט צוזאַמען מיט די אַנדערע מוזיקער צו רעקאָרדירן אַ נײַעם אַלבאָם פֿון זײַנע אָריגינעלע ייִדישע לידער. פֿערעל שפּילט דעם אַקאָרדעאָן; ווינאָגראַד — דעם קלאַרנעט, און מאָרטאָן — דעם באַס.
דאָס איז אַ טייל פֿון דער „ניו־יאָרקער קלעזמער־סעריע‟, וואָס קומט פֿאָר יעדן דאָנערשטיק און גייט אָן זינט 2010 אין משך פֿון 12 ביז 14 וואָכן אַ יאָר. די סעריע איז אינספּירירט געוואָרן פֿון די גרויסע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן ווי „קלעזקעמפּ‟ און „קלעזקאַנאַדע‟ און נעמט אַרײַן קאָנצערטן, וואַרשטאַטן, טאַנץ־שׂימחות, און „דזשעם־סעסיעס‟. ס׳איז פֿריִער פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשיידענע אַנדערע לאָקאַלן אין מאַנהעטן, אָבער איצט טרעפֿט מען זיך אין „דזשעלאָפּי‟, אויף 315 קאָלומביע־סטריט, אין ברוקלין.
דזשאַש וואַלעצקי איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין אין 1948 און איז הײַנט איינער פֿון די וויכטיקסטע שאַפֿער פֿון נײַע ייִדישע לידער.
זינט די יונגע יאָרן, ווען ער איז געווען דער מוזיק־דירעקטאָר פֿון „קעמפּ בויבעריק‟, איז ער אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַ פּיאַניסט, אַ זינגער, און אַ לערער. ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון איינער פֿון די ערשטע קלעזמער־באַנײַונג־גרופּעס, וואָס האָט געהייסן „קאַפּעליע‟.
אַרײַנטריט פֿאַרן קאָנצערט אַליין קאָסט $15, פֿאַרן וואַרשטאַט אַליין $25; פֿאַר ביידע צוזאַמען — $35.
קויפֿט אײַערע בילעטן דאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.