ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 28, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פֿאַלשער רבֿ פֿון פּויזן האָט פֿאַרדינט $40,000

ווי מיר האָבן שוין פֿריִער איבערגעגעבן, האָבן ישׂראלדיקע טוריסטן דערשמעקט, אַז אַ געוויסער כּלומרשט פּוילישער רבֿ איז קיין שום רבֿ נישט. די סיבה איז זייער אַ פּשוטע. ראשית־כּל, האָט ער קיין מאָל זיך נישט געלערנט אין אַ ישיבֿה און במילא נישט באַקומען קיין סמיכה. עס איז דאָ נאָך אַ קליינע מניעה — ער איז נישט קיין ייִד.

אגבֿ, גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער ווער סע קוקט אויף די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער (און נישט נאָר אין וואַרשע) באמערקט גלײַך אַז די כּלומרשט רבנישע קליידער זענען נישט קיין אמתע רבנישע קליידער.

נאָר וואָס זשע, אַ רבֿ אויף דער בינע איז נישט מחויבֿ צו זײַן אַן אמתער רבֿ. הײַנט שפּילט ער אַ רבֿ און מאָרגן שפּילט ער אַן אַלפֿאָנס.

ווער עס האָט געקוקט אויף דעם פֿאַלשן רבֿ פֿון פּויזן האָט געקאָנט גלײַך באַמערקן, אַז קיין שום רבֿ אויף דער וועלט טראָגט נישט אַזעלעכע אויסגעצאַצקעטע שטיוולען ווי ער פֿלעגט טראָגן. און נאָך און נאָך קליינע, אָבער פֿאַר פֿרומע לײַט, זייער קענטלעכע סימנים.

ווי מיר ווייסן קען מען בלויז לויט די היטלען וויסן ווער עס איז אַ סאַטמאַרער און ווער עס איז אַ לובאַוויטשער, און אַזוי ווײַטער.

דערפֿאַר איז עס ממש צו שטוינען אַז דער כּלומרשטיקער רבֿ האָט אָפֿט מאָל זיך באַגעגנט מיט אַנדערע רבנים דאָ אין פּוילן און קיינער האָט, פֿון דעסט וועגן, נישט באַמערקט אַז ער איז אַ פּשוטער שווינדלער.

אַליציאַ קאָוווּס, די פּרעזעסין פֿון דער פּויזנער קהילה האָט געטענהט אַז דער פּוילישער שאַרלאַטאַן האָט גאָרנישט געהאַט פון זײַן כּלומרשט זײַן אַ רבֿ. ער האָט — זאָגט זי — נישט באַקומען קיין שום געלטער פֿון איר קהילה.

די פּאָליאַקן אָבער האָבן אַ ווערטל אַז אויב מען ווייסט נישט וואָרום עס גייט, גייט עס מסתּמא אום געלט.

הכּלל, יעקבֿ בן ניסטל אָדער, ווי ער הייסט אין דער אמתן, יאַצעק נישטשאָטאַ, האָט אויפֿן סמך פֿון זײַן רבנישע קענטענישן געלערנט ייִדנטום נישט אין איין, נישט אין צוויי, נאר אין גאַנצע דרײַ פּוילישע אוניווערסיטעטן.

די פּאָליציי גיט איבער, אַז במשך פֿון זײַן קורצער רבנישער/אַקאַדעמישער קאַריערע האָט ער פֿאַרדינט פֿערציק טויזנט דאָלאַר. פֿאר פֿערציק טויזנט דאָלאַר קען מען קויפֿן אַ קליינינקע דירה אין פּויזן.

און וואָס וועט זײַן מיט די סטודענטן זײַנע? זיי וועלן מוזן נאָך אַ מאָל עקזאַמינירט ווערן.