(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער „װיזנטאַל־צענטער‟ אין בוענאָס־אײַרעס האָט דערקלערט אַז דאָס איז „אַן אַבסאָלוטע קראַנקײט, אַ סאַדיסטישער פֿעטישיזם, און בלויז נישט־נאָרמאַלע מענטשן זאַמלען אַזעלכע מאַטעריאַלן.‟
אַ זשורנאַליסט װאָס איז בײַגעװען די ליציטאַציע האָט געזאָגט, אַז די באַטייליקטע אויף דער ליציטאַציע זײַנען געװען יונגע פּאָרלעך, עלטערע מענטשן און מוסקוליעזע יונגע לײַט מיט געגאָלטע קעפּ און מיט מוראדיקע טאַטויִרונגען.
דער שרײַבער און זשורנאַליסט אַבעל באַסטי, וואָס איז איינער פֿון די גרעסטע ספּעציאַליסטן פֿון נאַציזם אין אַרגענטינע, האָט דערקלערט אַז בדרך־כּלל איז דער קונה בײַ די ליציטאַציעס איינער וואָס װערט געשיקט צו קויפֿן די זאַכן, און אַז דער אמתער אייגנטימער בלײַבט אומבאַקאַנט. באַסטיס ביכער „היטלערס סודות‟, „היטלערס עקסיליום‟ און „נאָך היטלערס טריט‟ האָבן פֿאַרקויפֿט איבער 100 טויזנט עקזעמפּליאַרן.
באַסטיס טעזע איז אַז היטלער איז אַנטלאָפֿן קיין אַרגענטינע נאָך זײַן מפּלה און געשטאָרבן אין באַרילאָטשע, אַ שטאָט 1,000 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס, װוּ אַ סך נאַציס האָבן אויסגעקליבן װי אַ װוינאָרט װען זיי האָבן באַקומען שוץ נאָכן קריג. באַסטי װוינט אַליין הײַנט אין באַרילאָטשע.
באַסטי האָט אויך אָנגעװיזן אַז דער גרעסטער זאַמלער פֿון נאַצישע אָביעקטן װוינט אין פּאַראַגװײַ און אַז אין דעם צענטער פֿון דער שטאָט ביענאָס־אײַרעס קען מען אויך קויפֿן אַ סך מאַטעריאַלן פֿון דעם נאַצישן פּעריאָד.
באַרילאָטשע װערט באַזוכט יעדעס יאָר פֿון אַ מיליאָן טוריסטן בערך. זיי געניסן פֿון בערג, אָזערעס און װינטער פֿונעם שניי. אָבער לעצטנס האָט מען צוגעגעבן אַ נײַע אַטראַקציע — מען אָרגאַניזירט טורן איבער די ערטער װוּ נאַציס האָבן געװוינט. דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין 1994 װען מען האָט דאָרט געכאַפּט דעם קאַפּיטאַן העריך פּריבקע װאָס האָט אַפֿילו נישט געביטן זײַן נאָמען.
זונטיק, דעם 26טן יוני האָבן געזאָלט פֿאָרקומען די װאַלן אין דער בוענאָס־אײַרעסער ייִדישער קהילה. די װאַלן זײַנען אָפּגעלייגט געװאָרן איבער אָנקלאָגן פֿון פּאָליטישע ריכטונגען װאָס האָבן געהאַלטן אַז די אָנפֿירערשאַפֿט האָט געפֿעלשט די רשימות פֿון די מיטגלידער. די ריכטערין האָט צום צװייטן מאָל נישט דערלויבט דורכפֿירן די װאַלן און דער ריס צװישן דער קאָאַליציע װאָס פֿירט־אָן מיט דער קהילה (אָרטאָדאָקסן און ציוניסטישע סעקטאָרן) און אומפּאַרטיייִשע, קאָנסערװאַטיװע און רעפֿאָרמיסטישע סעקטאָרן האָט זיך פֿאַרגרעסערט און עס לויערט אויף דער קהילה אַ מלוכה־אינטערװענץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.