חשוב׳ע אידישע פרויען און מיידלעך! וויבאלד עס דערנענטערן זיך די זומער טעג, און די וועטער ווערט שוין אביסל ווארימער, ווילן מיר אייך דערמאנען צו זיין עקסטער פארזיכטיג אין משמרת הצניעות, און מאכן זיכער נישט חלילה צו ציען קיין אויפמערקזאמקייט פון מענער!
קודם כל די לענג פון די קליידער דארף בלייבן די זעלבע ווי א גאנץ יאר. פיר אינטשעס נאך די קניען, פארשטייט זיך. און אויך די קאליר זאל זיין א טונקעלערע קאליר. ווייס, געל, אדער סיי וועלכע ליכטיגע קאלירן איז מער אויפאלנד, שרײַעדיק, און איז קעגן די הלכות פון צניעות! עס איז דא אזאנע סארט שעסלעך, האַלבקליידלעך, וואס איז פון א לייכטערע סחורה, עס רופט זיך סלינקי. זייט וויסן אז דאס איז גאר אומאיידל ווייל דאס קלעפט צום גוף און אנטדעקט די פארעם פון א פרוי. און א אידיש מיידל ברויך זיין באשיידן און באהאלטן. עס איז דא צו קויפן קליידער פון א לייכטערע קאטאן סחורה. די זעלבע מיט טי־שורטס.
טי־שורטס איז געמאכט פון אזא סארט מאטריאל וואס לייגט זיך אויס אויפן פארעם פונעם קערפער און דערפאר מעג מען נאר טראגן בלאזלעך. און אפילו מיט א בלאז דארף מען זעכער מאכן עס איז נישט צו געפאסט, צו ענג און אויך מוז עס זיין גענוג דיק אז עס זאל חלילה נישט זיין דורכזיכטיג און מען זאל קענען גוט שוויצן דערין. און עס דארף אויך זיין גוט צוגעדעקט ביים האלז. אויב איז דאס אביסל אויסגעשניטן קען מען צולייגן א גומי ארום און דאס צאמציען ביז מען דערשטיק זיך דערמיט און מען גייט אויס אויף קידוש השם.
אוודאי און אוודאי אויב דערלעבט מען די דאזיגע זאכן מוז מען טראגן א סליפ אונטער די קליידער אז אויב חלילה וחס דער אויבערשטער זאל אפהיטן מען שטרעקט אויס די האנט און דאס בלאז הייבט זיך אויף, איז מען נאך אלץ פארדעקט. עס איז ראטזאם נישט אויסצושטרעקן די האנט בכלל, כדי נישט צוצוקומען אז א מאן זאל חס ושלום זעהן דעם אונטערמלבוש. אבער אויב האט מען נישט קיין ברירה כאטש וועט ער נישט זעהן מער פון דעם. אוודאי און אוודאי איז פארבאטן צו טראגן די 2־פּיס דאסטערס. דאס קען צוברענגען צו מכשיל ווערן ביים לייגן די קינדער אויפן באס. מען כאפט זיך נישט אבער ווען מען שטרעקט אויס די האנט צו מאכן „ביי‟ פארן קינד, צעטיילט זיך די אויבערשטע חלק פון די אונדערשטע און עס איז זייער אומצניעותדיג. (איך האב אמאל געהערט איינעם זאגן, „אההה, מען מעג נישט גיין מיט א טו פּיס? נו נישט קיין פראבלעם. טראג נאר 1 פון די 2 פיס‟).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.