אַ „מנחם־מענדל שניאורסאָן גאַס‟ אין אוקראַיִנע

Ukraine City Names Street for Lubavitcher Rebbe

די אויפֿדעקונג פֿון דער „מנחם־מענדל שניאורסאָן גאַס‟ אין דניעפּראָפּעטראָווסק
COLlive.com
די אויפֿדעקונג פֿון דער „מנחם־מענדל שניאורסאָן גאַס‟ אין דניעפּראָפּעטראָווסק

פֿון ייִט״אַ

Published June 30, 2016, issue of June 25, 2016.

די שטאָט דניעפּראָפּעטראָווסק (אויף ייִדיש, קאַטרינעסלעוו) אין מזרח־אוקראַיִנע האָט לעצטנס געגעבן אַ גאַס אַ נאָמען נאָך מנחם־מענדל שניאורסאָן, דעם לעצטן און חשובֿסטן ליובאַוויטשער רבין, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון דער שטאָט אין 1927.

די קאָמוניסטישע אַגענטן האָבן דאָרטן אַרעסטירט דעם רבינס טאַטן, הרבֿ לוי יצחק שניאורסאָן, אין 1939.

די „מנחם־מענדל שניאורסאָן גאַס‟ איז אויפֿגעדעקט געוואָרן פֿרײַטיק אין דער פֿרי דורכן הויפּט־רבֿ פֿון דניעפּראָפּעטראָווסק, הרבֿ שמואל קאַמינעזקי. דער בײַט אינעם נאָמען פֿון דער גאַס איז אַ טייל פֿון אַ ברייטערער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק צו פֿאַרבײַטן די נעמען פֿון די פֿיגורן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אויף די נעמען פֿון געוויסע אוקראַיִנישע נאַציאָנאַלע העלדן.

„דאָס איז זייער אַ וויכטיקער פּראָיעקט פֿאַר דער שטאָט און פֿאַרן לאַנד בכלל,‟ האָט הרבֿ קאַמינעזקי געזאָגט אויף דער משנה־שם־צערעמאָניע פֿאַר דער גאַס, אויף וועלכער עס געפֿינט זיך אַ ייִדישע שול.

„איך וויל פֿעסטשטעלן, אַז נישט די ייִדישע קהילה האָט אײַנגעפֿירט דעם איבערבײַט: דער פֿירלייג, אַז מע זאָל דער גאַס געבן אַ נאָמען נאָכן רבין, איז געקומען דווקא פֿון די אוקראַיִנער, וואָס קענען די געשיכטע פֿון זייער שטאָט און איר לאַנד און שטאָלצירן זיך דערמיט,‟ האָט ער געזאָגט אין אַ דעקלעראַציע אַרויסגעגעבן אויף דער קהילהס וועבזײַט.

דניעפּראָפּעטראָווסק, וווּ עס וווינען 50,000 ייִדן, האָט שוין אַ „שלום־עליכם גאַס‟ נאָכן ייִדישן קלאַסיקער. די ייִדישע קהילה פֿאַרמאָגט אַ 22־גאָרנדיקן הײַזער־קאָמפּלעקס אין דער צורה פֿון אַ מנורה. דער קאָמפּלעקס האָט זיך געעפֿנט אין 2012 און געקאָסט $100 מילאָן צו בויען.

די ייִדישע קהילה אין אוקראַיִנע איז ווייניקער צופֿרידן מיט געוויסע אַנדערע נאָמען־איבערבײַטן. עדוואַרד דאָלינסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם „אוקראַיִנישן ייִדישן קאָמיטעט‟, האָט דעם לעצטן חודש פֿאַרדאַמט אַ פּלאַן צו געבן גאַסן נעמען נאָך סטעפּאַן באַנדעראַ און ראָמאַן שוכעוויטש, צוויי נאַציאָנאַליסטן, וואָס מע האַלט, אַז זיי האָבן דורכגעפֿירט רציחות קעגן די ייִדן בעתן חורבן.

„מײַנע לאַנדסלײַט ווייסן, אַז באַנדעראַ און שוכעוויטש האָבן מיך פֿאַררעכנט פֿאַר אַ שׂונא פֿון די אוקראַיִנער, פּונקט אַזוי ווי די אַלע אַנדערע אוקראַיִנישע ייִדן — קינדער, פֿרויען, עלטערע לײַט,‟ האָט ער געשריבן אויף „פֿייסבוק‟. דער דירעקטאָר פֿון אוקראַיִנעס „אינסטיטוט פֿון נאַציאָנאַלן אָנדענק‟, וולאַדימיר וויאַטראָוויטש, האָט איבערגעגעבן אין אַ דעקלעראַציע, אַז קיִעוו וועט באַלד געבן אַ גאַס אַ נאָמען נאָך די נאַציאָנאַליסטן, בשעת אַן אַנדערער גאַס וועט מען געבן אַ נאָמען נאָך יאַנוש קאָרטשאַק, דער פּסעוודאָ־נאָמען פֿון הענריק גאָלדשמיט, אַ פּויליש־ייִדישער לערער, וואָס איז דערמאָרדעט געוואָרן אין אוישוויץ.