דער ישׂראלדיקער מיניסטעריום פֿון עליה און אַבסאָרבציע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט סטאַטיסטישע אָנגאַבעס מכּוח דער עליה אין דעם ערשטן האַלב יאָר 2016.
די גרעסטע צאָל רעפּאַטריאַנטן זענען אָנגעקומען, ווי אויך אין עטלעכע פֿריִערדיקע יאָרן, פֿון רוסלאַנד — 3,114 מענטשן, אַן ערך אַ דריטל פֿון דער אַלגעמיינער צאָל רעפּאַטריאַנטן: 10,082. רוסלענדישע ייִדן פֿאָרן אַוועק, קודם־כּל, ניט צוליב ציוניסטישע געפֿילן אָדער אַנטיסעמיניזם (רוסלאַנד בלײַבט איינס פֿון די לענדער, וווּ דער פּראָצענט אַנטיסעמיטישע פֿאַלן איז צום נידעריקסטן), נאָר צוליב דער פּאָליטישער און עקאָנאָמישער לאַגע אין לאַנד, וואָס ווערט אַלץ ערגער.
אין מדינת־ישׂראל קומט פֿאָר די וויכטיקסטע קולטורעלע געשעעניש פֿון דער וואָך אויף דער ייִׅדישער גאַס אין רוסלאַנד: דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ פֿירט אין ירושלים דורך זײַן יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון „קלאָוס רידינג‟ — קאָמענטירטן לייענען. דאָס מאָל איז די טעמע פֿונעם פֿעסטיוואַל „אייראָפּע, אַזיע און אַפֿריקע אין ירושלים‟. די באַטייליקטע לערנען זיך די געשיכטע פֿון ירושלים דורך טעקסטן, מאַפּעס, ביכער־אילוסטראַציעס און זייערע אייגענע „פֿעלד־פֿאָרשונגען‟: זיי קענען אַליין לייענען אַנטיקישע גראַפֿיטיס און מאַכן אַ קליינע עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג. די באַטייליקטע ווערן צעטיילט אויף 3 גרופּעס. די ערשטע פֿאַרנעמט זיך מיט עפּיגראַפֿיק, די צווייטע מיט מאַפּעס און די דריטע לערנט די געשיכטע פֿון ירושלים אין פֿאָטאָגראַפֿיעס. אַחוץ די לימודים אין גרופּעס, זענען אין דער פּראָגראַם אויך דאָ עקסקורסיעס מיט פֿאַרשיידענע קענער (מיט אַ געאָלאָג, אַ באָטאַניקער, אַ היסטאָריקער פֿון דער העלעניסטישער תּקופֿה, מיט קענערס פֿון דײַטשער און אַמעריקאַנער געשיכטע). עס קומען אויך פֿאָר פּלענאַרע לעקציעס, געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער שטאָט און איר אַרכיטעקטור און פּלאַנונג, קאָנצערטן, קולינאַר־פּראָגראַמען און אַ קוועסט.
צו די אַנדערע נײַעס: דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס, מיכאַיִל טשלענאָוו, האָט אויסגעשטאַט אַ וויזיט אין דער „קיסרישער פּראַוואָסלאַווער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן פֿון רוסישע קיסרים און האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט קויפֿן ערד אין ארץ־ישׂראל פֿאַר אויפֿבויען פּראַוואָסלאַוונע קלויסטערס און מאָנאַסטירן.
די געזעלשאַפֿט האָט געפּועלט אויך אין די סאָוועטישע יאָרן, און איז געווען פֿאַרבונדן מיט ייִׅדישער טעטיקייט — למשל, אינעם „פּאַלעסטינער זאַמלבוך‟ וואָס די געזעלשאַפֿט האָט אַרויסגעגעבן האָט מען געקענט פֿאַרעפֿנטלעכן אַרטיקלען אין העבראַיִסטיק. אויף דער באַגעגעניש האָבן די צדדים אַרומגערעדט מעגלעכקייטן פֿון בשותּפותדיקער טעטיקייט אין קעגנוואַרט, איצט אַז די „געזעלשאַפֿט‟ ווערט געשטיצט און קאָנטראָלירט פֿון דער מלוכה.
דער באַרימטער רוסלענדישער רעזשיסאָר קאָנסטאַנטין פֿאַם האָט דערקלערט אַז אין יולי וועט ער אָנהייבן צו פֿילמירן די דריטע און לעצטע סעריע פֿון זײַן טרילאָגיע קורצע פֿילמען „די עדות‟, וואָס דערציילט וועגן געשעענישן פֿון חורבן פֿון אַן אומגעוויינטלעכן קוקווינקל. די ערשטע סעריע — „די שיכעלעך‟ — באַווײַזט דעם גורל פֿון די העלדן דורך דעם גורל פֿון זייערע שיך. עס ווערט דערציילט די געשיכטע פֿון אַ פּאָר שיך — פֿון אַ קראָם אין פּאַריז ביז דער קופּע שיך אין אוישוויץ. די צווייטע סעריע, „ברוט‟, וואָס באַזירט זיך אויף לודוויג אַשכּנזיס דערציילונג — באַווײַזט די געשעענישן דורך די אויגן פֿון אַ שעפֿערהונט, וואָס איז געוואָרן „אַריאַיזירט‟ און אָפּגענומען פֿון זײַן ייִדישער בעל־הביתטע ראָזאַנע. די צווייטע באַגעגעניש צווישן זיי קומט פֿאָר ווידער אין אוישוויץ, וווּ ראָזאַנע איז אַ קאַצעטלערין, און ברוט — אַ וועכטער־הונט. די דריטע סעריע פֿון „די עדות‟ וועט הייסן „אַ פֿידל‟. די פֿילמירונגען וועלן פֿאָרקומען אין מאָסקווע, פּראָג, ברעסט, ניו־יאָרק און ירושלים. דער רעזשיסאָר זאָגט צו, אַז אין דער דריטער סעריע וועלן זיך טרעפֿן די העלדן פֿון די פֿאָריקע צוויי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.