(די 2 טע זײַט פֿון 2)
בעת דער נאַכט פֿון דער דערעפֿענונג האָט זיך צונויפֿגעזאַמלט אַן עולם פֿון סײַ עלטערע ייִדן און ייִדענעס פֿאַר וועמען די שפּראַך איז נאָך אַלץ אײַנגעבאַקן אין האַרצן, סײַ מיטליעריקע רוסיש־רעדנדיקע פּאָרפֿעלקער, און יונגוואַרג פֿון זיבן ביז זיבעצן. פֿון ביידע זײַטן בינע — איבערזעצונגען סײַ אויף העברעיִש, און סײַ אויף רוסיש.
די צוויי מחברטעס פֿון דער פּיעסע, איך בתוכם און רינה בערקאָוויטש־באָראָ, האָבן באַזירט די מוזיקאַלישע פּיעסע אויף די לידער פֿון איציק מאַנגערס פּאָעזיע, אונטער דער רעזשי פֿון אַבֿי (אבֿרהמל) האָפֿמאַן מיט דער מאָדערנער, הײַנטצײַטיקער, אַמעריקאַנער מוזיק וואָס די באַגאַבטע מוזיקערין רײַזעלע גערוט האָט אַזוי קינסטלעריש פֿאַרפֿאַסט. די מוזיק האָט זי באַזירט אויף „ראַק ענד ראָול‟, „דו־וואַפּ‟, „דזשעז‟ „סווינג‟ און חזנות. די צוויי מוזיקאַלישע דירעקטאָרן — דייוויד ספאַר און אורן סלע צייכענען זיך אויס אויף זייער געביט, אָריגינעלע, פּרעכטיקע בינע־דעקאָראַציעס האָט געשאַפֿן מאיה פֿלג, שטאַרק געלונגענע קאָרעאָגראַפֿיע האָט געשאַפֿן אריאל וואָלף.
אָט האָט איר אַ בילד ווי ס׳האָט אויסגעזען די וועלט אין די טעג פֿון אונדזערע אָבֿות:
און גאָט האָט אויסגעפּוצט די וועלט אין שענסטן
און אין בעסטן, אויסגעשניצט די האַרטע פֿעלדזן,
באַצירט די זילבערנע וואַסערן —
אויפֿגעהאָנגען די פֿײַערדיקע זון בײַ טאָג —
און די ראָמאַנטישע לבנה בײַ נאַכט,
און באַשאַפֿן דעם אמתן גן־עדן.
צווישן די אויסגעצײכנטע אַקטיאָרן וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי שפּילן טאָפּלטע ראָלעס געפֿינען זיך: יהונתן רוזן, היליט דייטש־שני, ניב שפור, ראָניט אשרי, אמיתי קדר, אַנדריי קשקר, מוניקה ורדימון און אירמה סטפֿנוב.
די פּיעסע איז באַזירט אויפֿן ספֿר בראשית אָנהייבנדיק מיט אדם הראשון, וווּ ער פּריאַזשעט זיך אויף דער זון אין גן־עדן און חוה זײַן פּלוניתטע באַקלאָגט זיך אויף זײַן שוואַכן כאַראַקטער ווען ער האָט נישט קיין חשק צו באַגלייטן זי אין פֿלוימען־אַליי. און אָדם האָט צו איר טענות וואָס זי דרייט זיך אַרום איבערן גן־עדן ווי אַ מחותּנתע אויף אַ פֿרעמדער חתונה.
דער עפּל־בוים שפּילט דאָ אַ טאָפּלטע ראָלע: פֿון איין זײַט איז זײַן קאָרע און שטאַם מיטן עפּל פֿול מיט תּאווה און פֿאַרפֿירעריש; פֿון דער צווייטער — רעדט די שלאַנג צו צו זינד.
נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָב איך געהערט ווי דער עולם באַקלאָגט זיך: „בן־גוריון האָט געקוילעט אונדזער היימיש, טײַער לשון!‟
מע באַוויינט דעם גורל און דעם פֿאַרלוסט פֿון ייִדיש אין ישׂראל, און איך לאַך מיט יאַשטשערקעס.
אין תּוך גענומען האָב איך אַלעמאָל געטענהט, אַז מיר זײַנען אַן אויסנאַם פֿון אַ פֿאָלק, אמתע קינסטלער ווען עס קומט צו ראַטעווען זיך ווי אַן אומה. כאָטש מיר זײַנען גרויסע טעכנאָקראַטן, ריזיקע אויפֿטוער אויף אַ סך געביטן, דאָך זײַנען מיר קלוג ווי דעם כעלעמער חזנס אינדיק.
דעם אמת געזאָגט זײַנען מיר פֿעיִקע בויער און שאַפֿער, און אין דער זעלבער צײַט זײַנען מיר ריזיקע פֿאַרניכטער פֿון די אייגענע קולטור־אוצרות, צווישן זיי שפּראַך, ליטעראַטור, טראַדיציעס און מנהגים. און ווען עס קומט צו פּאָליטיק זײַנען מיר נישט מער ווי מפּיל־קינדער.
די צײַט שטייט נישט אויף קיין אָרט, זי מאַכט גרוי די פּאה און בײַט די דעה, און אין דער זעלביקער צײַט מאַרשירט זי אונטערן טאַקט פֿון פּראָגרעס. און דאָרט וווּ עס האָבן אַמאָל אַרומשפּאַצירט אונדזערע אָבֿות אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, פֿאַרשטעלן הײַנט די הימלען ריזיקע וואָלקן־קראַצערס איבערן גאַנצן לאַנד. דאָרט וווּ ס׳האָבן אונדזערע אָבֿות אונדז אַמאָל אָנגעשטעקט מיטן געטלעכן פֿונק, קענען מיר זיך נישט ספּראַווען מיט דער קלאָץ־קשיא „מיהו יהודי?‟ ייִדן צי ישׂראלים?
אָבער צוריק גערעדט, פֿריי איך זיך ווען איך זע ווי דער עולם האָט הנאה פֿון „לידער פֿון גן־עדן‟, פֿון היימישן ייִדישן וואָרט און דער עיקר — פֿונעם קלאַנג פֿון געלעכטער אין אַ וועלט פֿון אייביקער סכּנה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.