די טעג האָב איך געמאַכט אַ רײַזע קיין ישׂראל, נישט נאָר צוליב מײַן פֿאָרשטעלונג „לידער פֿון גן־עדן‟, נאָר אויך צו זען זיך מיט קרובֿים, באַקאַנטע און פֿרײַנד. מיר זײַנען אַלע עלטער געוואָרן מיט אַ שאָק מיט יאָרן, אָבער די אָנגעהעריקייט צו ישׂראל, די צוגעבונדנקייט צו דער משפּחה און פֿרײַנד איז געבליבן אַזוי פֿריש ווי פֿריש געבאַקענע חלה.
וואַנדערט מען אַרום איבער תּל־אָבֿיבֿ וואָס איז שוין הײַנט צו טאָג נישט מער קיין פּראָווינץ נאָר אַ מעטראָפּאָל, ביז מע דערזעט רחובֿ שמעון דובנאָוו, די גאַס געווידמעט דעם ייִדישן היסטאָריקער. זאָג איך צו מײַן זון אַבֿרהמלען:
„זעט אויס, אַז בן־גוריון האָט פֿאַרפֿעלט צו לייענען באריכה שמעון דובנאָווס טעאָריע פֿון ייִדישן קיום. דובנאָוו האָט געפּרעדיקט, אַז ייִדן טאָרן זיך נישט באַזעצן אויף איין אָרט אַלע צוזאַמען, זיי מוזן זײַן צעזײַט און צעשפּרייט איבער אַלע עקן וועלט, אַזוי נאָך, אויב חס־וחלילה איין ייִדישער ייִשובֿ וועט ערגעץ חרוב ווערן, וועלן ווײַטער בלײַבן ייִדישע ייִשובֿים אין אַנדערע לענדער.
ס׳איז ווערט צו דערמאָנען אַז גלײַך נאָך מײַן חתונה האָבן מיט מענדלען האָב איך אָנגענומען אַ שטעלע ווי אַ פּריוואַטע סעקרעטאַרקע פֿאַרן פֿירער פֿון די טעריטאָריאַליסטן אין ניו־יאָרק, נעמלעך ד״ר יצחק נחמן שטיינבערג. דאָס יאָר איז געווען 1956, און ישׂראל האָט שוין עקזיסטירט ווי אַ ייִדישע מדינה. און ווען איך האָב באַמערקט פֿאַר ד״ר שטיינבערגן אַז מיר האָבן שוין אַן אייגן לאַנד, און מ׳דאַרף שוין נישט אײַנרײַסן קיין וועלטן אײַנצוהאַנדלען אַ ייִדישע טעריטאָריע אין סורינאַם, אין אוגאַנדאַ צי אין עקוואַדאָר, פֿלעגט ער שמייכלען און איבערחזרן שמעון דובנאָווס רייד: „דער עיקר טאָרן נישט ייִדן לעבן צוזאַמען אויף איין אָרט.‟
גייען מיר ווײַטער… מיטאַמאָל דערזעט מען רחובֿ איציק מאַנגער, האָבן מיר זיך שטאַרק דערפֿרייט. נאָך אַלעמען זײַנען מיר דאָך געקומען אין דער ייִדישער מדינה צוליב דער פֿאָרשטעלונג „לידער פֿון גן־עדן‟ באַזירט אויף איציק מאַנגערס לידער, און כאָטש די פֿאָרשטעלונג איז מיט יאָרן צוריק געשפּילט געוואָרן אינעם ניו־יאָרקער שעקספּיר־פֿעסטיוואַל און פּאַבליק טעאַטער, פּראָדוצירט פֿונעם וועלט באַרימטן אימפּרעסאַריאָ דזשאָו פּאַפּ און גאַסטראָלירט איבער אייראָפּע, האָט עס זיך נישט געקענט פֿאַרגלײַכן מיט אַן אויפֿפֿירונג פֿון דער פּיעסע אינעם לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות, וווּ די האַנדלונג פֿון דער פֿאָרשטעלונג קומט טאַקע פֿאָר.
מײַן אַבֿרהמל איז דעמאָלט שוין געווען אין ישׂראל זיבן וואָכן צײַט, געהאָרעוועט ווי אַ פֿערד. ס׳רוב פֿון די אַקטיאָרן קענען נישט קיין ייִדיש, האָט ער געמוזט זיי לערנען נישט נאָר די „פֿרעמדע שפּראַך — ייִדיש‟, נאָר אויך די אויסשפּראַך, דעם אינהאַלט פֿון די אידיאָמען, די חכמה פֿון ייִדישע ווערטלעך, די אַלעגאָריעס, די מעטאַפֿאָרן. ער האָט רעזשיסירט טאָג־טעגלעך אין אַ פּרעכטיקן טעאַטער־זאַל אין רמת־גן, די אַקטיאָרן זענען געפֿאַלן פֿון די פֿיס פֿון אָנשטרעגונג. נישט נאָר באָרען זיי זיך מיט דער שפּראַך, נאָר אויך מיט די לאַנגע רעפּעטיציעס. אַ טייל פֿון זיי האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט, נישט צוגעוווינט צו דער דראַמאַטישער אַמעריקאַנער דיסציפּלין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.