פּאָל סײַמאָנס קריטישער הומאָר אין „פֿון פֿרעמדער צו פֿרעמדער‟

Paul Simon's Critical Humor in "Stranger to Stranger"

פּאָל סײַמאָן, אַ ייִד פֿון קווינס וואָס איז געוואָרן אַן אַמעריקאַנער איקאָנע
Getty Images
פּאָל סײַמאָן, אַ ייִד פֿון קווינס וואָס איז געוואָרן אַן אַמעריקאַנער איקאָנע

פֿון עדי מהלאל

Published July 01, 2016, issue of June 25, 2016.

נישט געקוקט אויף זײַנע 74 יאָר, איז דער לעגענדאַרער מוזיקער פּאָל סײַמאָן נאָר וואָס אַרויס מיט זײַן בעסטער פּלאַטע במשך פֿון אַ סך יאָרן, Stranger to Stranger (פֿון פֿרעמדער צו פֿרעמדער).

מיט אַ קאַריערע וואָס ציט זיך זינט די 1960ער יאָרן, ווערט סײַמאָן אָנערקענט ווי אַן אַמעריקאַנער איקאָנע. ער האָט, למשל, אויפֿגעטראָטן אינעם צענטן אָנדענק פֿונעם 11טן סעפּטעמבער זינגענדיק זײַן שלאַגער, The Sound of Silence (דער קלאַנג פֿון שטילקייט), וואָס פּאַסט טאַקע פֿאַר אַ לעבנסלאַנגער ניו־יאָרקער ווי סײַמאָן.

יעדער איינער, וואָס האָט געלעבט אין די 1980ער יאָרן, האָט נישט געקאָנט אויסמײַדן די מיטרײַסנדיקע שלאַגערס פֿון זײַן פּלאַטע „גרייסלאַנד‟, וואָס ווערט דעם זומער אַ „בן־שלושים‟. דורכן קאָמבינירן זײַנע קלוגע הומאָריסטישע טעקסטן און ווייכע שטים מיט אַפֿריקאַנער מעלאָדיעס און ריטמען, האָט ער געשאַפֿן אַן אומדערוואַרטע הצלחה. רעקאָרדירט צום טייל אינעם אַפּאַרטהײַד דרום־אַפֿריקע, מיט שוואַרצע אַפֿריקאַנער מוזיקער פֿון די שטאָטשאַפֿטן, האָט ער אויסגעדריקט אפֿשר די מעכטיקסטע קינסטלערישע דעקלעראַציע קעגן יענער ראַסיסטישער רעגירונג.

אין „פֿון פֿרעמדער צו פֿרעמדער‟ עקספּערימענטירט ווידער סײַמאָן מיט ריטמען און קלאַנגען, און דערצו נעמט ער אַרײַן געזעלשאַפֿטלעכע קריטיק מיט זײַן כאַראַקטעריסטישן חוש פֿאַר הומאָר. אינעם ערשטן ליד The Werewolf (דער וואָלקעלאַק), דערציילט ער אַ געשיכטע פֿון אַ מענטש פֿונעם מיטעלן קלאַס, וואָס וווינט אין מיטן אַמעריקע (מילוואָקי) מיט זײַן אָרנטלעכער פֿרוי. אַזאַ מין תּחילתדיקע סצענע בעט זיך ממש מע זאָל זי שטעלן קאַפּויער, און טאַקע די פֿרוי ווערט אַ וואָלקעלאַק און דערמאָרדערט איר מאַן מיט אַ סושי-מעסער.

„איצטער, קויפֿן זיי אײַן אַ לײַטיש שטיקל עולם־הבא‟, זינגט סײַמאָן אין דער דאָזיקער הומאָריסטישער־קאָשמאַרישער געשיכטע. אָבער דאָ, און אין אַנדערע לידער, בלײַבט סײַמאָן נישט אין די באַגרענעצטע ראַמען פֿונעם „פּערזענלעכן‟. ער זינגט ווײַטער:

„דאָס לעבן איז אַ לאָטעריע אַ סך מענטשן פֿאַרשפּילן און די געווינערס, די שמייכלערס מיט געלט-קאָלירטע אויגן פֿרעסן אויף אַלע גוטע שטיקלעך דערנאָך באַשטעלן זיי עקסטראַ פֿריטלעך…און אַלץ גייט צו די רײַכע‟.

דער קלאַסנקאַמף מאָטיוו קומט צום אויסדרוק נאָך מער בולט אין Wristband (דאָס געלענק־באַנד). אין דעם ליד פֿאַרוואַנדלט ער די קאָמישע געשיכטע פֿון אַ מוזיקער, וואָס גייט רייכערן און שפּעטער לאָזט מען אים נישט זיך אומקערן צו זײַן ראָק־גרופּע ווײַל ער טראָגט נישט די געלענק-באַנד — אַ שאַרפֿע געזעלשאַפֿטלעכע קריטיק. אין דער לעצטער סטראָפֿע ווערט די געלענק־באַנד אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן צוטריט־שליסל צו בעסערע לעבנס־באַדינגונגען, וואָס אַלץ גרעסערע סאָציאַלע שיכטן פֿאַרמאָגן נישט. אַזוי באַשרײַבט ער דעם אויפֿשטאַנד פֿון די באַרויבטע מאַסן:

„די אומרוען האָבן זיך אָנגעהויבן ביסלעכווײַז בײַ די היימלאָזע און באַעוולטע ערשט נאָך דעם האָבן זיי זיך פֿאַרשפּרייט אין די שטעטלעך וואָס קריגן קיינמאָל נישט קיין געלענק־באַנד קינדער וואָס קענען זיך נישט פֿאַרגינען די מאָדישסטע מאַרקע וואָס זייער כּעס איז אַ צייכן אַז מע וועט קיינמאָל נישט באַקומען קיין געלענק־באַנד און אויב מע באַקומט נישט קיין געלענק-באַנד קען מען דאָך דורך דער טיר נישט אַרײַן…‟

סײַמאָן האָט בכּיוון אָנגעהויבן זײַן פּלאַטע מיט אָט די צוויי לידער, וואָס פֿאַרמאָגן ענלעכע מאָטיוון וואָס שײך סײַ זייער אינהאַלט, סײַ זייער מוזיקאַלישע מאָטיוון. אַ מײַסטער ווי סײַמאָן האָט דאָ אויך געוואָלט שאַפֿן אַן אייניקייט וואָס שײך די קלאַנגען. אין ביידע לידער (און אָפֿט אין די ווײַטערדיקע) האָט ער באַנוצט די אייגנאַרטיקע אַליין־געשאַפֿענע אינסטרומענטן פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר האַרי פּאַרטש, וועלכע פּראָדוצירן משונהדיקע פֿאַרכּישופֿטע קלאַנגען.

אין Riverbank (בײַם ברעג טײַך) שילדערט סײַמאָן דעם טרויער און געפֿיל פֿון פֿאַרלוסט אי בײַ די נאָענטע פֿון די געפֿאַלענע און די וועטעראַנען (די לעבעדיקע טויטע), אי בײַ די וועטעראַנען גופֿא, לײַדנדיק פֿון פּאָסט-טראַוומע. אַלע אָבֿלים גייען אין אַ טרויעריקער פּאַראַדע צום ברעג טײַך צו באַגיסן זייערע טרערן. הגם דאָס ליד שטעלט אין צענטער דעם מענטשלעכן פּרײַז פֿון דער מלחמה („דאָס לעבן איז ביליק‟), וואָלט עס געקאָנט זײַן אַ סך שטאַרקער אין זײַן קריטיק (די אַמעריקאַנער פֿאָן ווערט פֿאָרט געקושט בײַם סוף).

די לעצטע צוויי לידער, Cool Papa Bell און Insomniac’s Lullaby (דאָס וויגליד פֿונעם שלאָפֿלאָזיקן), דריקן ביידע אויס די מענטשלעכע דערוואַרטונג אויפֿן סוף; צי דאָס איז דער סוף פֿונעם טאָג, צי פֿון די טעג… אין Cool Papa Bell זינגט ער וועגן דעם ווערט פֿון דעם וואָס איז פֿאַררעכנט פֿאַר מיאוס (אַ שטשור), אַנטקעגן אַ „זיסן נאָגער‟ ווי אַ וועווריק.

„איז אמת, ׳פּאַפּאַ בעל׳ אַז די שיינע גייען אין הימל און די מיאוסע גייען אין גיהנום?‟

„ניין — ענטפֿערט ׳פּאַפּאַ בעל׳ — אַלע וועלן מיט דער צײַט אין הימל גיין.‟

אין „וויגליד פֿונעם שלאָפֿלאָזיקן‟ ווענדט זיך דער רעדנער גלײַך צו גאָט און בעט, ער זאָל אים לאָזן אַנטשלאָפֿן ווערן בשעת ער ראַנגלט זיך מיט זײַנע מוראס און מיט פֿראַגעס וואָס ער קען נישט באַנעמען. „מיר זענען וואָס מיר זענען אָדער אפֿשר וואָס מיר זענען נישט אָבער צום ווייניקסטן וועלן מיר אַלע מיט דער צײַט אַנטשלאָפֿן ווערן אַלע מיט דער צײַט אַנטשלאָפֿן ווערן‟.

סײַמאָנס מוזיק, בײַם סוף פֿון די כּעסיקע טעג, פֿאַרצוקערט אַ ביסל דעם שלאָף.