פֿאַרן חורבן האָבן לאָדזש און וואַרשע פֿאַרמאָגט פּרעכטיקע גרױסע חױפּט־שילן אױף די סאַמע צענטראַלע גאַסן פֿון די שטעט, װאָס האָבן פֿאַרקערפּערט דעם שטאָלץ און עשירות פֿון דער פּױליש־ייִדישער בורזשואַזיע.
די נאַציסטן האָבן חרובֿ געמאַכט בײדע שילן, און די ערטער װוּ זײ זײַנען געשטאַנען, זײַנען פֿאַרבליבן פּוסט און פֿאַרװאָרפֿן. בעת דעם עקאָנאָמישן בום נאָכן סוף פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים אין פּױלן האָט מען אױפֿגעבױט אַ גרױסן װאָלקן־קראַצער אױפֿן אָרט פֿון דער שיל אױף דער אַמאָליקער טלאָמאַצקע־גאַס. אין לאָדזש אָבער, װאָס איז קױם באַטראָפֿן געװאָרן דורכן עקאָנאָמישן אױפֿשװוּנג, פֿאַרבלײַבט דאָס אָרט פֿון דער גרױסער שיל עד־היום פּוסט, און מען נוצט עס פֿאַר אַ פּאַרקירפֿעלד. אױף דער װאַנט פֿונעם שכנישן חױז הענגט אַ ריזיקער בילד פֿון דער אַמאָליקער שיל, מיט אַן אױפֿשריפֿט: „דער זכּרון פֿון לאָדזש‟. אין װאַרשע איז קײן סימן זכר פֿון דער אַמאָליקער שיל אין ערגעץ ניטאָ.
דער בולטער חילוק צװישן װאַרשע, װאָס איז אױפֿגעבױט געװאָרן פֿון דאָס נײַ אױף די חורבֿות, און לאָדזש, װאָס האָט זיך אָפּגעהיט נאָך דער מלחמה גאַנץ גוט, דערװײַזט צװײ באַציִונגען צו דעם אָנדענק נאָך דעם ייִדישן חורבן. די הײַנטצײַטיקע קאַפּיטאַליסטישע װירטשאַפֿט קאָן ניט פֿאַרגינען פּוסטע ערטער און סטאַרעט זיך אױסצופֿילן זײ מיט ניצלעכע אָביעקטן, װאָס ברענגען רװח. בלױזן אין דער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט טײַטשט מען אױס װי סימנים פֿון דער עקאָנאָמישער ירידה.
אָבער װען עס קומט צו דער געשיכטע, שרײַען אַזעלכע בלױזע ערטער העכער פֿון מאָנומענטן. זײ זײַנען אָפֿענע װוּנדן, היסטאָרישע גבֿיות־עדותן, װאָס לאָזן זיך ניט הײלן און פֿאַרדעקן. אין דעם זין איז לאָדזש מער אױפֿריכטיק אײדער װאַרשע.
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט זיך אין װאַרשע געעפֿנט אַ שפּאָגל־נײַער ייִדישער מוזײ „פּולין‟, װאָס איז אָקערשט אָנערקענט געװאָרן װי דער בעסטער מוזײ אין אײראָפּע. די אױסשטעלונג מאַכט טאַקע אַ שטאַרקן רושם. אַפֿילו װען מען פֿאַרברענגט דאָרט אַ גאַנצן טאָג, איז מען ניט בכּוח צו באַקענען זיך מיט דער אױסשטעלונג װי געהעריק. דער מוזײ „פּולין‟ געפֿינט זיך אינעם סאַמע האַרץ פֿונעם אַמאָליקן װאַרשעװער געטאָ, גלײַך בײַם באַרימטן מאָנומענט פֿון נתן ראַפּאָפּאָרט. די געבײַדע פֿונעם מוזײ איז בכּיװן געפֿורעמט אַזױ, אַז זי זאָל ניט האָבן קײן בפֿירושע ייִדישע רמזים. און דװקא דערפֿאַר פּאַסט זיך די געבײַדע גוט אַרײַן אין דער אַרומיקער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט. נאָך דער מלחמה האָט מען אין גאַנצן איבערגעבױט די געגנט פֿונעם געטאָ. אַפֿילו די גאַסן האָט מען פֿאַרלײגט פֿון דאָס נײַ. זײ לױפֿן גראָדליניק צװישן גרױע בלאָקן פֿון דירות־הײַזער.
די נײַע תּושבֿים פֿונעם מוראַנוּװ–געגנט, װאָס האָבן זיך אַרײַנגעצױגן אין די אַמאָליקע קװאַרטאַלן פֿונעם געטאָ נאָך דער מלחמה, האָבן קיין מאָל ניט דערמאָנט די אַמאָליקע ייִדישע אײַנװױנער. אָבער צװישן זיך האָט מען פֿון מאָל צו מאָל דערצײלט שױדערלעכע מעשׂיות װעגן קאָשמאַרן, װאָס מען האָט געזען בײַ נאַכט. די מתים זײַנען קומען צו חלום די לעבעדיקע. און די אַלטע װאַרשעװער פּאָליאַקן גלױבן, אַז מען טאָר ניט בױען אױפֿן אָרט פֿון דער טלאָמאַצקע־שיל, װײַל קײן מזל װעט מען דאָרט ניט האָבן.
די אױסשטעלונג פֿונעם מוזײ געפֿינט זיך אונטער דער ערד. זי דערצײלט די טױזנט־יאָריקע געשיכטע פֿון ייִדן אין פּױלישע לענדער דורך די סאַמע נײַסטע דיגיטאַלע מיטלען און מכשירים, װאָס לאָזן דעם באַזוכער זיך פֿילן אין דער סאַמע מיט פֿון דער געשיכטע, װאָס ציט זיך פֿון מיטלאַלטער ביז נאָכן חורבן. די געטאָ־אױסשטעלונג װירקט באַזונדערס שטאַרק, בפֿרט װען מען דערמאָנט זיך, אַז זי געפֿינט זיך ממש אינעם סאַמע תּוך פֿונעם געטאָ. װען מען װאָלט געמאַכט אַרכעאָלאָגישע אױסגראָבונגען אַרום דעם מוזײ, װאָלט מען מסתּמא אַנטדעקט שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן קיום.
אָבער דאָס טוט מען ניט. דער מוזײ איז לגמרי אָפּגעטײלט פֿון דעם אַרום. ער איז שפּאָגל־נײַ, דער אַרום איז װאָכעדיק און בלאַס. גרופּעס ישׂראלים קומען אָן כּסדר צו מאַכן אַ יזכּור־צערעמאָניע בײַם געטאָ־מאָנומענט; אָרטיקע פּאָליאַקן פֿערברענגען אין דעם פּאַרק, און טוריסטן פֿון אײראָפּע און אַמעריקע באַװוּנדערן דעם „פּולין‟־מוזײ. די פֿאַרשידענע קולטורעלע שיכטן עקזיסטירן באַזונדערס, מישן זיך ניט, און יעדע פֿון זײ לעבט זיך אויס לױט איר אײגענעם לעבנסשטײגער, מיט אַן אײגענעם נוסח פֿון געדענקען און פֿאַרגעסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.