עס מאַכט זיך ניט זעלטן אין דער ייִדיש־וועלט, אַז אין משך פֿון עטלעכע וואָכן (אַפֿילו חדשים) קומט גאָרנישט פֿאָר און ס’איז ניטאָ וואָס צו רעצענזירן, און מיט אַ מאָל — בום! אַ שלל מיט פֿאָרשטעלונגען, אונטערנעמונגען, קאָנצערטן און נאָך און נאָך. אָבער די דריטע וואָך אין יוני 2016 האָט טאַקע „געבומט‟ בײַ אונדז אין ניו־יאָרק, אַ דאַנק דער דערעפֿענונג פֿונעם הײַיאָריקן פֿאָלקסבינע־טעאַטער־פֿעסטיוואַל „קולטורפֿעסט‟, און אַ דאַנק אַ נײַער פֿאָרשטעלונג בײַם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר‟־טעאַטער.
פֿאַר אַ יאָרן האָט דער ערשטער „קולטורפֿעסט‟ געדויערט בלויז איין וואָך און ס׳איז געווען אַזוי אָנגעפּאַקט מיט אונטערנעמונגען, אַז ס׳איז געווען פֿיזיש אוממעגלעך צו זען אַלץ, ווײַל אַ סך איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער צײַט. דעם זומער גיט אונדז די פֿאָלקסבינע אַ ביסל מער צײַט אָפּצואָטעמען, ווײַל דער פֿעסטיוואַל וועט זיך ציִען אַ סך לענגער — ביזן סוף זומער.
די פֿאָלקסבינע האָט איצט געשטעלט דרײַ פֿאָרשטעלונגען: אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג מיט אַ גרויסן אַנסאַמבל פֿון דער לייוויק־פּיעסע „אַ חתונה אין פֿערנוואַלד‟; „הײַנט אָוונט: לאָלאַ בלאַו‟, פֿאָרגעשטעלט פֿון דער אָנפֿירערין פֿונעם רומענישן ייִדישן טעאַטער, מאַיאַ מאָרגנשטערן; און „פֿעטער אַרטור‟, אַ סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, אָנפֿירער פֿונעם שטראַסבורגער „לופֿטעאַטער‟. עס קומט דער „פֿאָלקסבינע‟ אַ דאַנק פֿאַרן אַראָפּברענגען אַהער די דאָזיקע צוויי גרויסע אייראָפּעיִשע טאַלאַנטן.
מאָרגנשטערן האָט געמאַכט אַן אײַנדרוק מיט דער אויסערגעוויינטלעכער ענערגיע און אַקראָבאַטיק, וואָס זי האָט באַוויזן אויף דער בינע. די פּיעסע אַליין — אַ מיוזיקל וועגן אַ גערודפֿטער ייִדישער קאַבאַרעט־זינגערין — איז בעצם אַ דײַטשע, בעסער געזאָגט: אַן עסטרײַכישע, געשריבן פֿונעם ווינער ייִדישן דראַמאַטורג געאָרג קרײַזלער. כּמעט אַלע לידער האָט מאָרגנשטערן געזונגען אינעם דײַטשן אָריגינאַל, ניט אויף ייִדיש. אָבער דער שאַרפֿער קאָנטראַסט פֿון שפּראַכן און סטילן האָט גוט געפּאַסט צו דער פּיעסע אַליין און צו מאָרגנשטערנס קול, וואָס האָט אין זיך אַ קוואַליטעט, וואָס איז עפּעס ניט פֿון דער וועלט.
קוקנדיק ווי מאָרגנשטערן שפּילט, האָב איך דעמאָלט נאָך ניט געוווּסט, אַז איך האָב זי פֿריִער געהאַט געזען — אין דער ראָלע פֿון מרים, דער מוטער פֿון ישו הנוצרי, אין מעל גיבסאָנס פֿילם „די פּאַסיע פֿון קריסטוס‟, וואָס האָט געמאַכט אַ סקאַנדאַל מיט צוועלף יאָר צוריק. דאָרט האָט זי גערעדט בלויז אַראַמיש און די ניט־פֿון־דער־וועלטיקע קוואַליטעט פֿון איר קול האָט צוגעגעבן צום מיסטישן, רעליגיעזן טאָן פֿונעם גאַנצן פֿילם.
מאָרגנשטערט האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע אין „אַ חתונה אין פֿערנוואַלד‟, וואָס האָט אַן ענלעכן מיסטישן, רעליגיעזן טאָן, כאָטש עס קומט פֿאָר אין אַ דײַטשן די־פּי־לאַגער נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. די נשמות פֿון די אומגעבראַכטע ייִדן נעמען אָנטייל אין דער חתונה, דאָס טויטע ווײַב און קינד רעדן צום לעבן־געבליבענעם מאַן פֿון יענער וועלט. אָבער ניט געקוקט אויפֿן ווייטיק, איז לייוויקס פּיעסע אין לעצטן סך־הכּל אַן אָפּטימיסטישע (אַ ביסל ווי די מעשׂה פֿון ישו הנוצרי): וועגן דער באַנײַונג פֿון ייִדישן לעבן נאָך אונדזער גרויסן חורבן; וועגן געזעגענען זיך מיט די אומגעקומענע, וואָס וועלן פֿאָרט שטענדיק זײַן מיט אונדז אויף אַ מיסטישן אופֿן.
די פּיעסע באַהאַנדלט עטלעכע אָנגעווייטיקטע טעמעס: די שולדגעפֿילן פֿון אַ סך לעבן־געבליבענע; זייער כּעס איבער דעם, וואָס די וועלט פּרוּווט זיי ניט צו העלפֿן, פֿאַרשפּאַרט זיי דעם וועג קיין ארץ־ישׂראל, און לאָזט זיי ווײַטער זיצן יאָרן אויף דער „פֿאַרשאָלטענער דײַטשער ערד‟. מע קען באַטראַכטן די פּיעסע ווי אַ מין קאָלעקטיווע טעראַפּיע פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, וואָס איז דערצו אַ גרויס קונסטווערק.
רפֿאל גאָלדוואַסער האָט דאָרט געשפּילט די ראָלע פֿונעם „אומבאַקאַנטן ייִד‟ — אַ מין גולם אָדער זאָמבי, וואָס שטייט אויף פֿון טויט, כּדי צו זוכן זײַן קבֿר־ישׁראל און (ביז ער ווער עס געפֿינען) צו דערגיין די יאָרן און וואַרפֿן אַ שרעק אויף די לעבעדיקע. ס׳איז כּדאַי צו פֿאַרצייכענען, אַז אַן אמתער „גולם‟, וואָס אַרבעט אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין פֿראַנקרײַך, האָט געהאַט פֿאַרלוירן גאָלדוואַסערס וויזע, אַזוי אַז ער איז אַוועקגעפֿאָרן מיט אַ גרויסער פֿאַרשפּעטיקונג און האָט געמוזט פֿאַרפֿעלן כּמעט אַלע רעפּעטיציעס. פֿון דעסטוועגן, איז זײַן זאָמבי אויפֿגעשטאַנען מיט הצלחה און האָט געוואָרפֿן אַ שרעק אויפֿן גאַנצן עולם.
גאָלדוואַסערס סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג „פֿעטער אַרטור‟ האָט אויך צו טאָן מיטן חורבן: דרײַ לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ רעדן זיך צונויף, ווי אָנצולערנען דעם פֿעטער אַרטור, וואָס האַלט, אַז ייִדן זײַנען געגאַנגען „ווי שאָף צו דער שחיטה‟. איינער פֿון זיי פֿאַרשטעלט זיך ווי אַן „עס־עס‟־אָפֿיציר און טעראָריזירט אים אין אַ האָטעל־צימער. גאָלדוואַסער שפּילט אַלע ראָלעס — מיט דער הילף פֿון אַן אַרטור־ליאַלקע און פֿאַרשיידענע רעקוויזיטן.
אַ גאַנץ אַנדער טעמאַטיק איז געקומען צום אויסדרוק אין דער דראַמאַטישער פֿאָרלייענונג בײַם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר‟־טעאַטער: „גאָט פֿון נקמה‟ פֿון שלום אַש. געשריבן אין 1907, איז עס די ערשטע פּיעסע אויף דער וועלט, וואָס האָט געוויזן אויף דער בינע אַ לעסבישע ליבע — אין אַ ייִדישן באָרדעל! כאָטש דער גאַנצער אַנסאַמבל האָט געטויגט (אַפֿילו יענע אַקטיאָרן, וואָס רעדן ניט קיין ייִדיש), דאַרף שיין בייקער באַקומען אַ ספּעציעלע אָנערקענונג: זײַן שפּילן יעקל טשאַפֿטשאָוויטש (דעם אַלפֿאָנס, וואָס פֿאַרמאָגט דעם באָרדעל) איז געווען אי מוראדיק, אי טראַגיש־סימפּאַטיש: אַ זינדיקער מענטש, אָנגעפֿילט מיט שׂינאה צו זיך אַליין און צו דער גאַנצער וועלט, וואָס שטרעבט צו ערלעכקייט און צו בעל־הבתּישקייט — דורך זײַן טאָכטער. אָבער דער כּוח פֿון ליבע איז שטאַרקער פֿון זײַן אַמביציע.
דער ניו־יאָרקער עולם דאַרף האָפֿן און בעטן, אַז די פֿאָלקסבינע און דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר‟־טעאַטער וועלן ביידע געפֿינען די מיטלען, כּדי צו שטעלן די דאָזיקע צוויי פּיעסעס אויף אַ לענגערער צײַט
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.