אין דער ייִדישער טראַדיציע איז קורח באַקאַנט ווי אַן אומאָנגענעמער פּערסאָנאַזש, אַ בעל־מחלוקת און אַ רײַכער קמצן. פֿאַרוואָס האָט אָבער אַזאַ פּאַרשוין פֿאַרדינט, אַז אַ גאַנצע פּרשה אין דער הייליקער תּורה זאָל טראָגן זײַן נאָמען? די סדרה „בלק‟, וואָס מיר וועלן לייענען אין צוויי וואָכן אַרום, איז אַ צווייטער מאָדנער יוצא־מן־הכּלל. געוויינטלעך, ווערן די פּרשיות אַסאָציִיִרט מיט אַזעלכע צדיקים, ווי נח, שׂרה און פּינחס. אַדרבה, אַ צאָל אַנדערע תּורה־העלדן, אַרײַנגערעכנט יעקבֿ אָבֿינו, משה רבינו און אַהרן הכּהן, ווערן נישט דערמאָנט אויף אַ דירעקטן אופֿן אין די נעמען פֿון די סדרות, ווײַל די אַסאָציאַציע מיט זיי איז זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך.
די עצם־מעשׂה איז גוט באַקאַנט. קורח, אַ פּראָמינענטער ייִד פֿונעם שבֿט־לוי, האָט אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד קעגן משה רבינו און באַטאָנט, אַז ער האָט אויך דאָס רעכט צו ברענגען אַ קרבן אינעם משכּן. די חז״ל דערקלערן, אַז קורחס נאָכפֿאָלגער זענען געווען גרויסע תּלמידי־חכמים. אָנגעטאָן אין בלויע טליתים, געמאַכט אינגאַנצן פֿון תּכלת, האָבן זיי חוזק געמאַכט פֿון משה רבינוס פּסק, אַז אַזאַ טלית דאַרף אויך האָבן ציצית.
משה האָט פֿאָרגעלייגט קורחן צו ברענגען קטורת אינעם משכּן. קורח האָט עס טאַקע געטאָן, אָבער די ערד האָט זיך פּלוצעם צעשפּאָלטן; די אויפֿשטענדלער זענען אַרײַנגעפֿאַלן און אומגעקומען אינעם תּהום. דערצו, זענען די קטורת־ברענגער פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער און צווישן פּשוטע ייִדן האָט זיך אָנגעהויבן אַ שרעקלעכע מגיפֿה. ווען אַהרן האָט אויפֿגערייכערט זײַן קטורת, האָט די מגיפֿה זיך אָפּגעשטעלט און זײַן שטעקן האָט זיך על־פּי נס צעבליט.
פֿון איין זײַט, קאָן מען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה אָפּלערנען אַ וויכטיקן לימוד, אַז נישט אַלעמאָל זענען די אַזוי־גערופֿענע „גדולים‟ גערעכט. אַרום קורח האָבן זיך פֿאַרזאַמלט 250 ראָשי־סנהדרין — די גרעסטע פּוסקים פֿונעם דור. פֿון דעסטוועגן, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז קורחס חבֿרה האָט מיט זייער קרומען פּסק־הלכה געבראַכט אַ סך היזק.
רבי נחמן בראַצלעווער וואָרנט כּסדר וועגן די פֿאַלשע „מפֿורסמים‟. דערפֿאַר האָבן זײַנע חסידים נישט מורא חוזק צו מאַכן פֿון די, וואָס קריגן זייער כּלומרשטיקע גדלות בלויז צוליב ייִחוס, מעכאַנישע קענטענישן פֿון אַ גרויסן סכום ספֿרים, און אַנדערע צווייפֿלהאַפֿטיקע סיבות. אַ טייל אַנדערע חסידים באַציִען זיך צוליב דעם צו די בראַצלעווער ווי צו אַ מין „עדת־קורח‟, אַ מסוכּנע חבֿרה חוזק־מאַכער. די בראַצלעווער אַליין גלייבן אָבער, פֿון זייער צד, אַז זיי פֿאָלגן דעם מוסטער פֿון די, וואָס זענען געבליבן געטרײַ משה רבינו בעת קורחס מחלוקת.
פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן קורח אַרויסרופֿן אַ סימפּאַטיע בײַ אַ הײַנטצײַטיקן לייענער. ער האָט באַטאָנט, אַז אַלע ייִדן דאַרפֿן זײַן גלײַך און מוזן נישט האָבן משה רבינוס פֿירערשאַפֿט. די מעשׂה מיט בלויע טליתים רופֿט אַפֿילו אַרויס אַן אַסאָציאַציע מיט דער קאָנטער־קולטור פֿון די 1960ער יאָרן. די עדת־קורח איז אויפֿגעטראָטן קעגן די אָנגענומענע נאָרמעס און האָט פֿאָרגעלייגט אַן אייגנאַרטיקן נײַעם דרך אין עבֿודת־השם. משה רבינוס קריטיקער האָבן זיכער געהאַט שטאַרקע ראַיות לטובֿת זייער מיינונג. פֿאַרוואָס זשע זענען זיי באַשטראָפֿט געוואָרן מיט אַזאַ מיתה־משונה, נישט געקוקט אויף דער רײַכער ייִדישער טראַדיציע פֿון פּלוראַליזם?
לויט אַ באַקאַנטן מדרש, וועט דווקא קורח, אַנשטאָט אַהרן, ווערן דער נײַער כּהן־גדול נאָך תּחית־המתים. רבי צדוק לובלינער דערקלערט, אַז ווען משיח וועט קומען, וועט די גאַנצע וועלט זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ „טאַנץ פֿון צדיקים‟. ווען אַן עולם טאַנצט אַרום בײַ אַ חתונה, ווערן בטל די חילוקים צווישן מענטשן. יעדער דרייט זיך גלײַך אינעם זעלבן קאָן.
ווען ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים און האָבן מקבל געווען די תּורה, האָבן זיי דערגרייכט אַזאַ מדרגה. אויף אַ ווײַל זענען אַלע היעראַרכיעס בטל געוואָרן. דער דאָזיקער ענין ווערט זייער שיין דערקלערט אינעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „מאור ושמש‟. ווען מרים הנבֿיאה איז געגאַנגען זינגען און טאַנצן, איז זי דעמאָלט אויפֿגעפֿלויגן אויף אַ העכערער מדרגה פֿון נבֿואה, ווי משה רבינו אַליין.
נאָכן חטא מיטן גאָלדענעם קאַלב זענען ייִדן, צום באַדויערן, אַראָפּגעפֿאַלן פֿון זייער מדרגה, און משה רבינו האָט געמוזט אַנטפּלעקן די תּורה אויף אַ מער פּשוטן אופֿן, וואָס פּאַסט פֿאַר אַ וועלט, וווּ די מענטשן קריגן זיך צוליב עשירות, מאַכט און אַנדערע גשמיותדיקע תּאוות. קורח האָט געהאָפֿט אומצוקערן די געוועזענע הויכע השׂגה.
אַנשטאָט צו שאַפֿן אַן אידיליע, וווּ יעדער איז גלײַך און זײַן פּערזענלעכע מיינונג איז טײַער, האָט זיך אויפֿגעפֿלאַקערט אַ געפֿערלעכע קריגערײַ. אין משיחס צײַטן וועט אָבער זײַן שיטה טאַקע געווינען, דערפֿאַר זאָגן די חז״ל, אַז ער וועט ווערן דער כּהן־גדול פֿון דער צוקונפֿטיקער משיחישער געזעלשאַפֿט.
רב צדוק לובלינער גיט צו אין זײַן ספֿר „פּרי צדיק‟, אַז נישט צופֿעליק האָט זיך קורחס חבֿרה אָנגעטאָן אין ריין בלוי. אַזאַ חידושדיקער מלבוש רעפּרעזענטירט אַ וועלט, וווּ אַלץ איז פֿול מיט הימלישער געטלעכקייט. אַפֿילו הײַנט טרעפֿן זיך צומאָל התפּעלותדיקע מאָמענטן, ווען עס אַנטפּלעקט זיך אַזאַ השׂגה, וואָס שטאַמט פֿון עתּיקא־קדישא, אַ גאָר הויכע מדרגה פֿונעם געטלעכן עולם־האַצילות.
קרח האָט אויסגעקליבן אַן אומגעראָטענעם מאָמענט און דערצו האָט זיך באַנוצט מיט צווייפֿלהאַפֿטיקע מיטלען, צוליב וועלכע זײַן פּלאַן איז בוכשטעבלעך פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. ווען מע זאָגט אויף ייִדיש „רײַך ווי קורח‟, איז עס נישט קיין שיינער עפּיטעט. די האָפֿענונג מתּקן צו זײַן דעם חטא־עגל־הזהבֿ קומט אין סתּירה מיט קורחס עשירות; אַנשטאָט צו צעטיילן זײַן גאָלד און זיך אויפֿצופֿירן ווי אַ פּשוטער מענטש, האָט ער אויסגענוצט זײַן הויכן סטאַטוס פֿאַר מאַניפּולאַציעס קעגן משה רבינו.
בײַם ברענגען דעם קטורת, האָט קורח אונטערשטראָכן זײַן ייִחוס און געטענהט, אַז ער איז נישט ערגער פֿון זײַן קרובֿ, אַהרן. דאָס קומט ווידער אין סתּירה מיט זײַן פּלאַן צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וווּ יעדער איז גלײַך. אַנשטאָט צו דערקלערן זײַן פּלוראַליסטישן צוגאַנג, האָט ער באַטאָנט, אַז בלויז זײַן דעה איז גערעכט, און האָט חוזק געמאַכט פֿון משה רבינו. בקיצור, האָפֿנדיק צו שאַפֿן אַ האַרמאָנישע אידיליע, האָט ער אויסגענוצט די זעלבע מיטלען, וואָס ער אַליין האָט פֿאַרדאַמט.
מע קאָן זאָגן, אַז קורח און זײַנע אָנהענגער זענען געווען דורכגעפֿאַלענע פֿאַרברענטע רעוואָלוציאָנערן; די תּורה אילוסטרירט עס אויף אַ גאַנץ דראַמאַטישן בוכשטעבלעכן אופֿן. פֿון דעסטוועגן, שטעקט אינעם יאָדער פֿון קורחס מחלוקת אַ גוטער עלעמענט, צוליב וועלכן אונדזער פּרשה טראָגט זײַן נאָמען.
ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערט די הײַנטיקע תּקופֿה גערופֿן „עקבֿתא דמשיחא‟. מיר זענען נאָך ווײַט פֿון דער גאולה, אָבער אין אונדזערע אייגענע טריט שפּירט זיך שוין צומאָל דער גאַנג פֿון „משיחס פּיאַטעס‟. צוליב דעם, נישט געקוקט אויף קורחס חסרונות און זײַן קאַטאַסטראָפֿישן דורכפֿאַל, קענען מיר — פֿאָרזיכטיק — זיך אָפּלערנען אַ גוטן משל פֿון זײַן מחלוקת. אַזוי צי אַזוי, בלײַבט ער איינער פֿון די סאַמע סתּירותדיקע, אָבער אינטערעסאַנטע, פּערסאָנאַזשן אין דער תּורה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.