דער אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג וואָס גיט אַרויס היטלערס בוך, „מײַן קאַמף‟, האָט איבערגעגעבן אַז ער וועט בײַשטײַערן אַלע הכנסות פֿונעם בוך צו אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט די ניצול־געוואָרענע פֿון חורבן אינעם באָסטאָנער ראַיאָן.
דער פֿאַרלאַג, Houghton Mifflin Harcourt, האָט לכתּחילה פּלאַנירט מנדבֿ צו זײַן די אַרײַנגעקומענע געלטער פֿונעם טרויעריק באַרימטן בוך צו עטלעכע נישט־ייִדישע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס, אָבער דער פֿאַרלאַג האָט זיך באַרעכנט נאָך דעם ווי געוויסע ייִדישע פֿירער האָבן אים שאַרף קריטיקירט, האָט איבערגעגעבן די „איי־פּי‟.
דער פֿאַרלאַג האָט מיטגעאַרבעט מיט דער באָסטאָנער ייִדישער פֿעדעראַציע אויסצוגעפֿינען ווי מען קען „אויפֿן בעסטן אופֿן צושטעלן הילף דירעקט צו די געליטענע פֿון די שרעקלעכע געשעענישן פֿונעם חורבן,‟ האָט דערקלערט ענדרו ראָסעל, דעם פֿאַרלאַגס דירעקטאָר פֿון קאָרפּאָראַטיוון סאָציאַל־אַחריות.
די הכנסה פֿונעם בוך וועט גיין צו דער „ייִדישער משפּחה־ און קינדער־באַדינונג פֿון דער באָסטאָנער געגנט‟ (Jewish Family and Children’s Service of Greater Boston, JF&CS), כּדי „דירעקט צו שטיצן די באַדערפֿענישן פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן,‟ האָט ראָסעל געזאָגט.
דער נײַ־ענגלאַנד־פֿיליאַל פֿון דער „אַנטי־דעפֿעמאַציע־ליגע‟ האָט געלויבט דעם באַשלוס אַוועקצוגעבן די הכנסות צו דער JF&CS.
„JF&CS וועט ניצן דאָס געלט בלויז אויף די באַדערפֿענישן פֿון חורבן־געליטענע, מיט וועמען מיר טרעפֿן זיך יעדן טאָג,‟ האָט געמאָלדן רימאַ זעלפֿאַנד, די הויפּט־עקזעקוטיוו פֿון דער ייִדישער אַגענטור. „בשעת די לעבן־געבליבענע ווערן אַלץ שוואַכער, נייטיקן זיך אַ סך פֿון זיי אין באַדינונגען וואָס ווערט נישט געדעקט מיט אונדזערע איצטיקע פֿאָנדן.‟
פֿון 2000 ביז מיט אַ יאָר צוריק, איז די הכנסה פֿון „מײַן קאַמף‟ געגאַנגען צו פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס וואָס קעמפֿן קעגן אַנטיסעמיטיזם. אָבער פֿאַר אַ יאָרן האָט Houghton Mifflin Harcourt געמאָלדן פּלענער צו ניצן דאָס געלט אויך אויף נישט־ייִדישע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק מצד געוויסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
Houghton Mifflin Harcourt האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון זאָגן וויפֿל געלט „מײַן קאַמף‟ ברענגט אַרײַן יעדעס יאָר.
דער פֿאַרלאַג פּובליקירט שוין דאָס בוך אָן אויפֿהער זינט 1933, לויט דער „איי־פּי‟. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען די הכנסות געגאַנגען צום אַמעריקאַנער יוסטיץ־מיניסטעריום. פֿון 1979 ביז 2000 האָט דער פֿאַרלאַג געהאַלטן די הכנסות פֿאַר זיך. זינט 2000 האָט ער זיי אַוועקגעשאָנקען.
„מײַן קאַמף‟ איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן אין דײַטשלאַנד צום ערשטן מאָל זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אַ נײַער אַנאָטירטער נוסח האָט זיך אויספֿאַרקויפֿט אין יאַנואַר אין איין טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.