זינגענדיקע חסידישע קעמפּערס

Singing Hasidic Campers


פֿון לייזער בורקאָ

Published July 07, 2016, issue of June 25, 2016.

דער קינדערכאָר „ייִדיש־נחת‟ האָט אַרויסגעלאָזט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן מוזיק־ווידעאָ אויף ייִדיש און לשון־קודש, זינגענדיק דאָס ליד „בני בראתי‟. דער ווידעאָ ווערט באַגלייט מיט סצענעס פֿונעם טאָג־טעכלעכן לעבן אין די זומער־לאַגערן.

זומער־צײַט ווערן די חסידישע שכונות פֿון דער שטאָט אויסגעליידיקט פֿון ס׳רובֿ תּושבֿים, ווײַל זיי קלײַבן זיך אַריבער אין די פֿאַרשיידענע זומער־קאָלאָניעס און זומער־לאַגערן אין די קעטסקיל־בערג.

דאָרט אין די בערג איז די לופֿט קילער און פֿרישער, און אַלץ איז ביליגער; ס׳רובֿ פֿון די גרויסע חסידישע משפּחות קענען זיך דאָך ניט דערלויבן צו מאַכן וואַקאַציעס ערגעץ אַנדערש. וווינען זיי אָפֿט אין די זעלביקע קאָלאָניעס, וווּ די וועלטלעכע ייִדן פֿון עטלעכע דורות צוריק פֿלעגן פֿאַרברענגען דעם זומער: וווּדבערן, מאָנטיסעלאָ, עלענוויל און ליבערטי.

דער קינדערכאָר האָט שוין אַרויסגעגעבן צוויי אַלבאָמען אָבער דאָס איז זייער ערשטער מוזיק־ווידעאָ. ווי עס זעט אויס, זענען די סצענעס ענלעך צו די אַקטיוויטעטן פֿון אַ טיפּישן חסידישן זומער־לאַגער, אַרײַנגערעכנט אַ „וואַסער־קריג‟. ס׳איז פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט און, כאָטש דאָס ליד אַליין איז אויף לשון־קודש, קען מען הערן אַ ביסל ייִדישן דיאַלאָג צום אָנהייב.

יוסי גרין האָט קאָמפּאָנירט די מוזיק און נפֿתּלי שניצלער האָט זי אַראַנזשירט.

יישר־כּוח, קינדערלעך!