נײַעס פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 07, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

לאַטײַן־אַמעריקאַנער צוזאַמענקום פֿון ייִדישער מוזיק

די זינגער אויפֿן קאָנצערט „די פֿרייד פֿון ייִדיש‟ (פֿון רעכטס): דיעגאָ ראָטשינאַס, אַלעקסאַנדראַ טשאַרני, שולמית בענװעניסטע, שוראַ ליפּאָװסקי, אַבֿרהם ליכטענבוים, ניקאָל באָרגער
די זינגער אויפֿן קאָנצערט „די פֿרייד פֿון ייִדיש‟ (פֿון רעכטס): דיעגאָ ראָטשינאַס, אַלעקסאַנדראַ טשאַרני, שולמית בענװעניסטע, שוראַ ליפּאָװסקי, אַבֿרהם ליכטענבוים, ניקאָל באָרגער

צװישן דעם 27סטן און דעם 29סטן יוני איז פֿאָרגעקומען אין בוענאָס־אײַרעס דער צװייטער לאַטײַן־אַמעריקאַנער צוזאַמענקום פֿון ייִדישער מוזיק.

דאָס האָט אָרגאַניזירט „זמיר‟, אַן אינטערעסאַנטע אָרגאַניזאַציע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 2014 מיטן ציל איבערצוגעבן ייִדישע װערטן, טראַדיציעס און מינהגים, ספּעציעל דורך מוזיק, אונטערן אויפֿזיכט פֿון צװיי ייִדישע מוזיק־לערערס, אריאל ראָזען און דיעגאָ רובינשטיין, זייער שליחות איז ייִדישע אידענטיטעט דורך מוזיק, און זייערע טעטיקייטן זײַנען געװידמעט נישט נאָר מוזיק־לערערס נאָר אויך חזנים, מוזיקערס, מדריכים און ליבהאָבערס פֿון ייִדישקייט און מוזיק. זיי פֿירן דורך במשך דעם יאָר פּערפֿעקציאָניר־קורסן, סעמינאַרן און װאַרשטאַטן פֿאַר טעמפּלען, שולן, קלובן און פּעדאַגאָגישע צענטערס, און יעדע צװיי יאָר — אַ צוזאַמענקום פֿאַר גאַנץ לאַטײַן־אַמעריקע.

דאָס יאָר האָבן איבער צװיי הונדערט באַטייליקטע גענאָסן פֿון לעקציעס אויף פֿאַרשידענע טעמעס: שמואל כּץ האָט געגעבן אַ לעקציע, „די מוזיק אין תּנ״ך‟; ניקאָל באָרגער פֿון בראַזיל האָט גערעדט װעגן קלעזמער־מוזיק; אַלעקסענדראַ טשאַרני פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן — „נײַע ייִדישע לידער‟, און שוראַ ליפּאָװסקי האָט געגעבן אַ װאַשטאַט „קול און מעדיטאַציע‟. אַלע סעסיעס האָבן אויסגענומען בײַם עולם.

צווישן די באַליבטסטע טעמעס איז געווען די לעקציע וועגן מוזיק און קינדערשפּילן; פּיוטים; חזנות, און „ייִדישע מוזיק פֿון מיטעלן מזרח און איטאַליע‟, װאָס דער אַמעריקאַנער חזן ראַמאָן טאַסאַט האָט אָנגעפֿירט.

דער צוזאַמענקום איז געשלאָסן געװאָרן מיט צװיי קאָנצערטן. אין דער געמיינדע „עמיחי‟ האָט אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער, אָנגעפֿירט פֿון מאַעסטראָ מאַריאָ בענזעקרי, פֿאַרכאַפּט דעם עולם פֿון אַ טויזנט מענטשן מיט אַ רײַכער פּראָגראַם. צוזאַמען מיט אַ כאָר פֿון איבער 100 זינגערס פֿון פֿינעף ייִדישע אינסטיטוציעס, און מיט שוראַ ליפּאָװסקי און ראַמאָן טאַסאַט װי סאָליסטן, האָט מען געשפּילט אַ ריי ווערק, אַרײַנגערעכנט מאַקס ברוכס „כּל נדרי‟, פֿראַגמענטן פֿון „שינדלערס רשימה‟ און „עקסאָדוס‟, אַבֿרהם סוצקעווערס „אונטער דײַנע װײַסע שטערן‟, „סימפֿאָניע פֿון דער צװייטער עװעניו‟ און די „ייִדישע סװיטע‟.

קאָנצערט פֿון נײַ־געשאַפֿענע ייִדישע לידער מיט טעקסט פֿון איזי כאַריק, איציק מאַנגער און אַבֿרהם רייזען

דאָנערשטיק דעם 30סטן איז פֿאָרגעקומען אַ ייִדישע גאַלאַ אונטער דער לאָזונג „די פֿרייד פֿון ייִדיש‟, אין דער געמיינדע „דור חדש‟.

דער קאָנצערט איז אָרגאַניזירט געװאָרן מיט דער מיטהילף פֿונעם אַרגענטינער ייִװאָ. דער קאָנצערט פֿון בלויז ייִדישע לידער האָט טיף גערירט דעם עולם פֿון איבער 400 צוהערערס, װאָס האָבן טאַקע מיטגעזונגען די באַקאַנטע לידער. אַלעקסאַנדראַ טשאַרני און שוראַ ליפּאָװסקי האָבן פֿאָרגעשטעלט זייער נײַ־געשאַפֿענע מוזיק צו לידער פֿון איזי כאַריק, איציק מאַנגער און אַבֿרהם רייזענס, און ניקאָל באָרגער האָט מיט אַ בראַזיליאַנער קאַפּעליע אינטערפּרעטירט די ייִדישע לידער מיטן עכטן בראַזיליאַנישן ריטעם. די אַרגענטינער קינסטלערס שולמית בענװעניסטע און דיעגאָ ראָטשינאַס האָבן אויך אינטערפּרעטירט באַקאַנטע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר.

דער אָװנט איז געשלאָסן געװאָרן מיט „דאָנאַ דאָנאַ‟, װוּ אַלע האָבן מיטגעזונגען. דער אָװנט איז געװען אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿאַרן ייִדישן װאָרט און ליד.

100 אַרגענטינער קינסטלער רעקאָרדירן אַ ליד געווידמעט די קרבנות פֿונעם אַטאַק אויפֿן „אַמיאַ‟־בנין

דעם 18טן יולי װעט אַרגענטינע דערמאָנען דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, װאָס האָט אָפּגעקאָסט דאָס לעבן פֿון 85 מענטשן.

דער ייִדישער ייִשובֿ פֿירט דורך יעדעס יאָר אַ הזכּרה־צערעמאָניע פֿאַרן נײַעם בנין און פֿאָדערן מען זאָל סוף־כּל־סוף געפֿינען די װעלכע האָבן דורכגעפֿירט דעם אַטענטאַט.

הײַ־יאָר האָט די קהילה פֿאַרזאַמלט 100 אָנגעזעענע אַרגענטינער קינסטלערס װאָס האָבן רעקאָרדירט איינס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לעאָן זשיעקאָ, „דער זכּרון‟, געװידמעט די קרבנות פֿונעם אַטאַק אויפֿן „אַמיאַ‟־קהילה־בנין. דער פֿילם, פֿון אַכט מינוט, װוּ די צענטראַלע אידעע איז אַז אָן גערעכטיקייט איז ניטאָ קיין צוקונפֿט, װערט געװיזן אין טעלעװיזיע און װערט באַגלייט מיט בילדער װאָס רופֿן דעם אויפֿמערק פֿון דער געזעלשאַפֿט צו די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין 1999 און אויפֿן קהילה־בנין אין 1994.