װען עס גײט אין ליטעראַרישע מוזײען, דערמאָנט מען זיך אָפֿט מאָל אָט די צװײ שורות פֿונעם דײַטשישן דיכטער געטע: „װער דעם דיכטער װיל פֿאַרשטײען, מוז אין דיכטערס לאַנדע גײען‟. די דאָזיקע װערטער זײַנען שײך צו שלום־עליכם ניט װײניקער װי צו אַנדערע מחברים. און די אָנטײלנעמער פֿון דער שלום־עליכם קאָנפֿערענץ, װאָס איז פֿאָרגעקומען סוף־יוני אין קיִעװ, האָבן געהאַט אַ געלענגהײט צו באַזוכן די שטאָט פּערעיאַסלעװ, װוּ שלום־עליכם איז געבױרן געװאָרן און האָט פֿאַרבראַכט אַ טײל פֿון זײַן יוגנט.
שלום־עליכמס „לאַנד‟ ליגט אױפֿן לינקן ברעג פֿונעם טײַך דניעפּער, און דאָס איז טאַקע װיכטיק בײַם פֿאַרשטײן זײַנע װערק און זײַן גאַנצן װעלטבאַנעם. להיפּוך צו דעם רעכטן ברעג, װוּ ייִדן האָבן זיך באַזעצט שױן אינעם 16טן־17טן יאָרהונדערט אונטער דער פּױלישער מאַכט, איז דער לינקער ברעג געװען „ייִדן־פֿרײַ‟ ביזן שװעל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. לאַנגע יאָרן האָט דאָ געפּראַװעט די קאָזאַקישע מלוכה, װאָס איז געװען פֿאַרבונדן מיט מאָסקװע. די קאָזאַקן האָבן פֿײַנט געהאַט ייִדן און זײ ניט דערלאָזט לעבן אױף זײער ערד. ערשט װען די גאַנצע אוקראַיִנע (חוץ גאַליציע און בוקאָװינע) איז אַרײַן אין דער רוסישער אימפּעריע סוף 18טן יאָרהונדערט, האָט די רוסישע מאַכט אַרײַנגעשלאָסן אָט די שטחים, די פּאָלטאַװער און טשערניגאָװער גובערניעס, אינעם ייִדישן תּחום־המושבֿ.
דװקא דערפֿאַר דערמאָנט זיך שלום־עליכם אַזױ אָפֿט אָן די באַרימטע קאָזאַקישע העטמאַנען (אָנפֿירער) באָגדאַן כמעלניצקי און איװאַן מאַזעפּאַ. אין די פֿריִערע װערק זײַנע האָט ער אַפֿילו אױסגעטראַכט אַ שטאָט מיטן נאָמען מאַזעפּעװקע, װאָס איז שפּעטער מגולגל געװאָרן אין כּסרילעװקע. דאָ קומט פֿאָר די האַנדלונג פֿון זײַנע ערשטע „ייִדישע‟ ראָמאַנען: „סטעמפּעניו‟ און „יאָסעלע־סאָלאָװײ‟, און מען קאָן אין זײ דערקענען אײניקע טאָפּאָגראַפֿישע פּרטים פֿון פּערעיאַסלעװ. אין זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע „פֿונעם יריד‟ באַשרײַבט שלום־עליכם דעם רושם פֿון דער שטאָט, װאָס ער האָט געזען נאָך זײַן אומקערן זיך פֿון קלײן שטעטל װאָראָנקע: „הײַנט דער מאַרק, די קלױסטערס און, להבֿדיל, די בתי־מדרשים מיט די שולן, און אַפֿילו די מענטשן — אַלע און אַלץ איז אַזױ גרױס און אַזױ שײן און אַזױ רײן און אַזױ יום־טובֿדיק פֿרײלעך!‟
אינעם סאַמע צענטער פֿון פּערעיאַסלעװ האָט זיך אָפּגעהיט אַ צװײ־שטאָקיקע ציגלענע געבײַדע פֿון דער אַמאָליקער שיל, װוּ עס געפֿינט זיך איצט אַ פֿאַבריקל אױף כמעלניצקיס נאָמען. אָבער די דאָזיקע שיל איז געבױט געװאָרן ערשט אין 1901, װען שלום־עליכם האָט שױן לאַנג געהאַט פֿאַרלאָזט זײַן הײמשטאָט. עד־היום בלײַבט דאָס דער אײנציקער זכר פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן „כּרך‟, װאָס האָט געמאַכט אַזאַ רושם אויפֿן יונגן שלום ראַבינאָװיטש. און ניט װײַט פֿון דער שיל שטײט טאַקע אַ גרױסער קלױסטער, אױפֿגעבױט אינעם 17טן יאָרהונדערט בעת דער קאָזאַקישער שליטה. דװקא דער דאָזיקער קלױסטער פֿיגורירט אינעם ראָמאַן „סטעמפּעניו‟, און אין זײַן גאָרטן האָט מסתּמא דער יונגער שלום מיט זײַן ברודער געגנבֿעט עפּעלעך. אַזױ אַרום איז פּערעיאַסלעװ ניט קײן טיפּיש ייִדיש שטעטל, נאָר טאַקע אַ שטאָט מיט אַן אײגענעם פּנים און אַן אַלטער געשיכטע.
מסתּמא דערפֿאַר האָט שלום־עליכם זיך שפּעטער אָפּגעזאָגט פֿונעם נאָמען מאַזעפּעװקע, װאָס איז געװען צוגעבונדן צו אַ באַשטימטן לאָקאַל, און האָט אױסגעטראַכט כּסרילעװקע װאָס איז מער צוגעפּאַסט צו דער טיפּישער געשטאַלט פֿון אַן אוקראַיִנישן שטעטל. דער פּראָטאָטיפּ פֿון כּסרילעװקע איז געװען דאָס קלײנע שטעטל װאָראָנקע, װוּ שלום־עליכם האָט פֿאַרבראַכע עטלעכע יאָר. כּסרילװעקע פֿאַרמאָגט געװיסע סימנים פֿונעם קאָזאַקישן עבֿר, װי דער באַרימטער אוצר אונטערן באַרג פֿון כמעלניצקיס צײַטן.
דאָס הױז, װוּ שלום־עליכם איז געבױרן געװאָרן, איז געשטאַנען גאַנץ נאָענט צו דעם צענטער פֿון פּערעיאַסלעװ. דאָס הױז איז מער ניטאָ, אָבער אַ שטײן מיט אַן אױפֿשריפֿט איז יאָ פֿאַראַן. ער שטײט בײַם װעג, אַרומגערינגלט מיט בלומען און קאַרשנבײמער. חוץ דעם איז אין פּערעיאַסלעװ פֿאַראַן אַן אוניקאַלער מוזײ, אַ גאַנצער פּאַרק װוּ מען האָט אָנגעזאַמלט אַלטע געבײַדעס און אַנדערע מערקװירדיקײטן פֿון דער אַרומיקער געגנט.
צװישן די עקספּאָנאַטן איז דאָ אױך פֿאַראַן אַ שלום־עליכם־מוזײ, װאָס געפֿינט זיך אין אַ טיפּישן אוקראַיִנער דאָרפֿישן הױז. אינעװײניק האָט מען געפּרוּװט צו רעקאָנסטרויִרן אַ ייִדישן אינטעריער. דער שפּיגל שטאַמט טאַקע פֿון שלום־עליכמס קיִעװער דירה, און אַנדערע זאַכן געהערן צו זײַן תּקופֿה. אָבער דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע אין דער אױסשטעלונג זײַנען ביכער און בילדער, װי למשל, דער פּאָרטרעט פֿון שלום־עליכמס ברודער װוּלף ראַבינאָװיטש, װאָס ס׳האָט געמאַכט דער קינסטלער מענדל גאָרשמאַן, אָדער די סקיצן פֿון קאָסטיומען צו די ספּעקטאַקלען פֿונעם טשערנאָװיצער ייִדישן טעאַטער.
שלום־עליכמס מוזײ אין פּערעיאַסלעװ איז אַן אױפֿטו פֿון אַן אוקראַיִנער ענטוזיאַסט, װאָס האָט געװאָלט אָנזאַמלען אַלע מערקװירדיקײטן פֿון זײַן קאַנט אין אײן אָרט. מען האָט דאָס געמאַכט מיט התמדה און ליבשאַפֿט, אָבער אָן קײן געהעריקע קענטענישן פֿון דעם ייִדישן לעבנסשטײגער פֿון יענער תּקופֿה. דערצו נאָך האָט מען עס געשאַפֿן אין די סאָװעטישע צײַטן, װען די מאַכט האָט געקוקט קרום אױף אַלץ, װאָס האָט געהאַט צו טאָן מיט ייִדן.
הײַנט האָט שלום־עליכם באַקומען אַ װיכטיקן סימבאָלישן באַטײַט פֿאַר אוקראַיִנע װי אַ סימן פֿון קולטורעלן פּלוראַליזם. די אָפֿיציעלע מאַכט באַטאָנט זײַן אײַנגעװאָרצלקײט אין דער אוקראַיִנער לאַנדשאַפֿט, זײַן ליבע פֿאַרן לאַנד. אין דער אמתן זײַנען שלום־עליכמס באַציִונגען מיט זײַן קאָזאַקישן הײמלאַנד געװען גאַנץ קאָמפּליצירט, אָבער דאָס בלײַבט עד־היום מחוץ דעם גערעם פֿון דער אוקראַיִנער אױפֿנאַמע פֿונעם גרױסן ייִדישן שרײַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.