ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published July 08, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל — צוויי פֿילמען פֿון ישׂראל

אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען דער 38סטער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער קינאָ־פֿעסטיוואַל. עס זענען דעמאָנסטרירט געוואָרן אַרום 200 פֿילמען, אי נײַע אי אַלטע (בתוכם אַנימאַציע־פֿילמען פֿונעם באַרימטן סאָוועטישן־רוסלענדישן רעזשיסאָר יורי נאָרשטיין). אין דער פּראָגראַם זענען אײַנגעשלאָסן פֿילמען פֿון איבער 30 לענדער, און צווישן זיי — צוויי פֿילמען פֿון ישׂראל: „תּיקון‟ — וועגן דעם לעבן פֿון דער חרדישער קהילה, און „אַ דינע ליניע‟ וועגן דעם ווי אין ישׂראל מאַכט מען פּאָרנאָגראַפֿישע פֿילמען. דער פֿילם „תּיקון‟ האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם און אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקע דיסקוסיע.

עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם וועגן די אַמאָליקע ייִדן אין סמאָלענסק

דיוונאָגאָריע
Facebook
דיוונאָגאָריע

דער צענטער „ספֿר‟ (אַ טייל פֿון דער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאַרשפּרייטן דאָס לערנען ייִדישע לימודים אין די אוניווערסיטעטן פֿון רוסלאַנד) האָט דורכגעפֿירט צוויי זומער־פּראָגראַמען: אַן אַרכעאָלאָגישע שול אין דיוונאָגאָריע (וואָראָנעזשער געגנט) און אַן עטנאָגראַפֿישע אין סמאָלענסקער געגנט. דער ציל פֿון דער ערשטער פּראָגראַם איז צו פֿאָרשן דעם מאַיאַצקער אַרכעאָלאָגישן קאָמפּלעקס, וואָס אויף זײַן טעריטאָריע האָט זיך געפֿונען אַ ייִשוב פֿון כאַזאַרן — ס׳האָט זיך באַהיט אַן אַלטע שטאָט און אַ בית־עלמין.

די צווייטע פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר אין סמאָלענסקער געגנט, פֿאַרנעמט זיך מיט די רעשטלעך פֿון דער היגער ייִדישער קולטור. אַ גרופּע סטודענטן־עטנאָגראַפֿן וועט אַרבעטן אין סמאָלענסק, ראָסלאַוול און עטלעכע קליינע שטעטלעך, וווּ עס זענען געבליבן ייִדישע קהילות. מע וועט אויספֿרעגן אי די ייִדן, אי די היגע רוסן און ווײַסרוסן, וואָס געדענקען דאָס ייִדישע לעבן פֿאַר דער מלחמה, און קלײַבן ייִדישן פֿאָלקלאָר, אינפֿאָרמאַציע פֿון מינהגים, מינדלעכע געשיכטע און טראַדיציאָנעלע קולטור. כּדי צו רעקאָנסטרויִרן אַ בילד פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, וועלן די עטנאָגראַפֿן אַרבעטן אויך אינעם מלוכישן אַרכיוו פֿון סמאָלענסקער געגנט.

געוועזענער רעפֿיוזניק יוסף מענדעלעוויטש דערציילט וועגן די ייִדישע נאַציאָנאַלע באַוועגונגען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד צו די אַנדערע נײַעס: דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי און די ייִׅדישע סטודענטישע אָרגאַניזאַציע „הלל‟ האָבן בשותּפֿות דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש מיט יוסף מענדעלעוויטשן, וואָס איז אין די סאָוועטישע צײַטן געווען אַ רעפֿיוזניק און האָט אָנטייל גענומען אינעם אַזוי גערופֿענעם „אַעראָפּלאַן־פּראָצעס‟: אין 1970 האָט ער צוזאַמען מיט עטלעכע צענדליקער אַנדערע ייִדישע אַקטיוויסטן געפּרוּווט גנבֿענען אַ סאָוועטישן אַעראָפּלאַן און אַוועקצופֿליִען קיין ישׂראל. די באַטייליקטע פֿונעם פּראָצעס זענען אַרעסטירט געוואָרן און מע האָט זיי פֿאַרשיקט אין די לאַגערן. יוסף מענדעלעוויטש האָט פֿאַרבראַכט אין לאַגער 11 יאָר, פּרוּוונדיק אָפּצוהיטן רעליגיעזע טראַדיציעס. מענדעלעוויטש האָט דערציילט וועגן דעם פּראָצעס, וועגן די ייִדישע נאַציאָנאַלע באַוועגונגען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און וועגן דער פּאָליטיק פֿון דער סאָוועטישער מלוכה לגבי דער עליה קיין ישׂראל.

אַ פּלאַן צו בויען שכנותדיקע געבעט־הײַזער פֿון פֿיר רעליגיעס

אַ ידיעה פֿון מאָסקווער בורגאָ־מײַסטערשאַפֿט: דאָרטן האָט מען אויסגעטיילט אַ שטח אין די אַזוי גערופֿענע „נײַע מאָסקווער‟ טעריטאָריעס אויף דרום־מערבֿ מאָסקווער געגנט וואָס זענען צוגעבונדן געוואָרן צו מאָסקווע — כּדי אויפֿצובויען דאָרטן געבײַדעס פֿון פֿיר רעליגיעס: פּראַוואָסלאַוויע, איסלאַם, בודיזם און יהדות. די מלוכה פּלאַנירט אויך צו בויען 50-40 ק״ם וועגן און אַ גרויסן פּאַרקפּלאַץ. דער פֿאַרטרעטער פֿון דער בורגאָ־מײַסטערשאַפֿט וואָס האָט דערקלערט דער פּרעסע פֿונעם נײַעם פּראָיעקט איז אָבער ניט זיכער אַז ער וועט רעאַליזירט ווערן: ער האָט ספֿקות, צי די ייִדן, מוסולמענער און בודיסטן וועלן מסכּים זײַן אויפֿצובויען אַ שיל, אַ מעטשעט און אַ דאַצאַן דאָרטן וווּ עס זענען ניטאָ קיין ייִדישע, מוסולמענישע און בודיסטישע ייִשובֿים.

חב״ד צוזאַמענפֿאָר ציט צו אַרום 800 אַקטיוויסטן

און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: אין מאָסקווע איז צום ערשטן מאָל פֿאָרגעקומען אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון יונגע אַקטיוויסטן פֿון די חב״ד־קהילות. אַרום 800 אַקטיוויסטן האָבן זיך באַטייליקט אין דער 6־טאָגיקער אונטערנעמונג. אין דער פּראָגראַם זענען פֿאָרגעקומען רעפֿעראַטן וועגן געשעפֿט, פֿאַרוואַלטונג, רעליגיע און וויסנשאַפֿט. מיט די יונגע אַקטיוויסטן האָבן זיך געטראָפֿן די אָנפֿירער פֿונעם רוסלענדישן חב״ד און ייִדישע מעצענאַטן־מיליאַרדערן. אין דער פּראָגראַם זענען אויך געווען קאָנצערטן און עקסקורסיעס, און דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט פֿאָרגעשטעלט די דעלעגאַטן די ספֿרים און ביכער וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן, בתוכם דעם ערשטן באַנד פֿון דער נײַער אויסגאַבע פֿון תּלמוד אין דער רוסישער איבערזעצונג.