אין דער רובריק לערנען מיר זיך דעם טײַטש פֿון געשמאַקע פּויליש־ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס יצחק באַשעוויס זינגער האָט געניצט אין זײַן ראָמאַן „פֿאַמיליע מושקאַט‟.
אין יצחק באַשעוויס זינגערס ראָמאַן „משפּחה מושקאַט, שרײַבט ער: „ר׳ משולם [האָט] געוויזן דעם ווײַב און דער שטיפֿטאָכטער זײַן דירה. אַלץ איז דאָ געווען אײַנגעריכטעט פֿאַר אַ גרויסער משפּחה“.
אַ טשיקאַווער דײַטשמעריזם, „אײַנגעריכטעט“, וואָס ענדיקט זיך נאָך אויף „…טעט“. ווען ס׳איז אַ וואָרט מיט ייִדישע וואָרצלען וואָלט מען אַוודאי געזאָגט „אײַנגעריכט“. אָבער דאָ וואָלט מען אויף ייִדיש גיכער געזאָגט „אויסגעריכט“. „אײַנריכטן“, ווידער, לכל־הפּחות בײַ ליטווישע ייִדן, איז טײַטש „זיך באַמאַכן“. אַ קינד וואָס האָט זיך אײַנגעריכט האָט זיך במחילה באַמאַכט. אָט דערציילט מאַקס ווײַנרײַך פֿון אַ דײַטש וואָס איז נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה געבליבן אין ווילנע און געוואָרן אַ לערער אין אַ ייִדישער שול. האָט ער איין מאָל געניצט ס׳וואָרט „אײַנריכטן“ מיטן דײַטשישן טײַטש און נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס די קינדער האָבן אויסגעשאָסן מיט אַ געלעכטער…
בײַ ר׳ משולמען אין דער דירה איז געווען אַ ביבליאָטעק, וווּ סע „זענען דרײַ ווענט געווען פֿול ביז אַרויף מיט ספֿרים…. רויזע־פֿרומעטל איז צוגעגאַנגען צו די פּאָליצעס, אַרויסגענומען אַ ספֿר, מעשׂה מאַנסביל“. דערפֿון קען מען דרינגען, אַז ר׳ משולמס ערשטע צוויי ווײַבער זענען קיין גרויסע לומדים נישט געווען. אָבער רויזע־פֿרומעטל אויך נישט: זי פֿרעגט נאָר צי ער האָט אַָ ספֿר „דבֿרי דוד“, וואָרן „ס׳איז פֿון מײַן מאַן, דיר צו לאַנגע יאָר“. אַז מע דערמאָנט אויף מאַמע־לשון אַ געשטאָרבענעם מוז מען אָדער צוגעבן אַן אויסדריק פֿון כּבֿוד: עליו השלום, זכרונו לבֿרכה, מיִען זאָל ער/זי זיך, זאָל לויפֿן בעטן, זאָל זײַן אַ מליץ־יושר; אָדער דעם לעבעדיקן מענטשן אָפּטיילן פֿונעם געשטאָרבענעם: דיר צו לאַנגע יאָָר, אָפּגעשיידט זאָל זײַן, אד״גל.
נאָר ר׳ משולם וויל פֿון רויזע־פֿרומעטלס ערשטן מאַן נישט הערן: „מאַלע וואָס ייִדן שרײַבן אַלץ אָן!“ ד״ה, ייִדן שרײַבן אַ סך ספֿרים, אָבער ר׳ משולמען גייט עס ווינציק אָן. „מאַלע וואָס זיי דערציילן!“ ד״ה, זיי דערציילן זייער אַ סך, נאָר ווער ווייסט צי ס׳איז אמת, און ס׳גייט מיך סײַ ווי סײַ נישט אָן.
די גאַנצע דירה מאַכט אויף רויזע־פֿרומעטלען אַ גוואַלדיקן רושם: „קיין בייז אויג! אַ מלכות!“ נאָר ר׳ משולם מאַכט עס אַוועק מיט דער האַנט: „ס׳האָט אָפּגעקאָסט אַן אוצר און ס׳איז ווערט אַ שמעק טאַביק“. דערנאָך איז ער „אַוועק אין קאַבינעט דאַווענען מעריבֿ מיט צוויי שמונה־עשׂרות“, ווײַל ער האָט נישט באַוויזן צו דאַווענען מינחה. דער מאַמע געפֿעלט עס זייער, נאָר דער טאָכטער — נישט: „עך האָב עס פֿײַנט!“ ענטפֿערט די מאַמע: „וויי איז מיר! וואָס האָסטו פֿײַנט? דערגייסט מיר צו דער זיבעטער ריפּ!“ דהײַנו, דײַנע רייד טוען מיר שטאַרק וויי. נאָר אַלץ האָט זי פֿײַנט: „דעם אַלטן, די שטוב, די דינסטן, די ייִדן מיט די קליינע היטעלעך, ס׳גאַנצע געזינדל!… ס׳איז דאָ אַ שטיק אַזיע“. ווען די מאַמע פֿרעגט ווען זי וועט חתונה האָבן, ענטפֿערט די טאָכטער: „עך האָב אין דר׳ערד אַלע מאַנסלײַט!“ דער מאַמע, וואָס זי האָט „דאָך אַלץ געטאָן צוליב דיר“, איז „אַ קנויל געבליבן שטעקן אין גאָרגל“; מע קען אויך זאָגן „ס׳האָט זיך איר געשטעלט אַ קנויל אין האַלדז“ — אויף ענגליש איז פֿאַראַן, פֿאַרשטייט זיך, דער זעלביקער אימאַזש.
ר׳ משולם האָט צוויי דינסטן, נעמי און מאַניע. נעמי רופֿט מען „קאָזאַק“, ד״ה, זי האָט אַ גוואַלדיקן כּוח. „אַ ייִדענע אַ קאָזיק“ איז די באַקאַנטסטע פֿאָרמולירונג; מאַרק וואַרשאַווסקי זינגט דאָך, אַז „די באָבע גייט אַ קאָזיק“, טאַנצט אַ קאָזאַקן־טאַנץ, וואָס הייסט אויף רוסיש „קאַזאַטשאָק“. נעמי איז געווען פֿיזיש שטאַרק: אַז זי „איז געגאַנגען איבער דער שטוב, האָט געציטערט אונטער איר דער פּאַרטער“; זי האָט אויך געהאַט אַ שאַרפֿע צונג: „אירע גלײַכווערטלעך און אַרײַנזאָגענישן האָבן געשמט אויפֿן גזשיבאָוו“. נישט געקוקט אויף דעם, אָבער, האָבן די דינסטן אָדער זיך געפֿוילט, אָדער אויף צו להכעיס נישט געוואָלט באַדינען די נײַע באַלעבאָסטע. אַז יענע פֿרעגט, איידל: „מיר ווייסן דאָ גאָרנישט. וווּ זאָלן מיר זיך אַהינטאָן?“ ענטפֿערט איר אָפּ נעמי: „ס׳פֿעלן דאָ נישט קאַ׳ שטיבן!“ „קאַ“ איז דער פּויליש־ייִדישער אַרויסרעד פֿון „קיין“; בשעת ליטווישע ייִדן זאָגן „שטיבער“, זאָגן פּוילישע „שטיבן“. חוץ דעם איז בײַ פּוילישע ייִדן בכּלל און בײַ באַשעוויסן בפֿרט „שטוב“ בדרך־כּלל טײַטש „צימער“, בשעת בײַ שלום־עליכמען, אַ שטייגער, איז עס טײַטש „הויז“.
רויזע־פֿרומעטל מיינט, אַז איר קומט צו וווינען דאָרטן וווּ ס׳האָבן געוווינט ר׳ משולמס פֿריִערדיקע ווײַבער, נאָר מע גיט איר צו וויסן, אַז „דער באַלעבאָסטעס שטובן [אמת, פֿריִער האָט באַשעוויס געשריבן „שטיבן“, מיט יוד] שטייען שוין פֿאַרשלאָסן יאָרן. ס׳איז דאָרט אַ באַשטאַנד“, ד״ה, מע האָט נישט אויפֿגעראַמט און נישט געמאַכט קיין אָרדענונג, און איצט וועט מען עס אויך נישט טאָן. פֿאַר וואָס? „ס׳האָט זיך קיינער אויף ענק נישט געראַכט!“, ד״ה, „געריכט“ מיטן וואַרשעווער אַרויסרעד. ווען רויזע־פֿרומעטל פֿרעגט „וווּ מײַן טאָכטער וועט שלאָפֿן“, איז דער ענטפֿער: „ס׳איז דאָ אַ שטוב מיט נאָך אַ בעט, נאָר ס׳איז דאָרט נאָך אַן ערגער מושבֿ ווי דאָ…“ „מושבֿ“ איז דאָס זעלביקע וואָס „באַשטאַנד“.
דאָס קאַפּיטעלע ענדיקט זיך מיט אַ טרויעריקער באַמערקונג: „פֿון דרויסן האָט זיך דערטראָגן אַ שווער און הילכיק קלינגען. ס׳איז געווען דער גלאָק פֿון גזשיבאָווער קלויסטער, וואָס איז געשטאַנען אַקעגן ר׳ משולמס הויז און דערמאָנט, אַז וואַרשע געהערט צו גויים, נישט צו ייִדן…“ צום באַדויערן ווייסן מיר, מיט וואָס אָט דאָס האָט זיך געענדיקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.