די עלטסטע אַמעריקאַנער, גאָלדע מיכעלסאָן, אַן אײַנוווינערין פֿון וווּסטער, מאַסאַטשוסעטס, איז דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק, דעם 8טן יולי, ניפֿטר געוואָרן צו 113 יאָר.
מיכעלסאָן — אַ טאָכטער פֿון רוסיש־ייִדישע עלטערן, וועלכע האָבן אימיגרירט קיין וווּסטער ווען זי איז געווען צוויי יאָר אַלט — איז געשטאָרבן פֿרײַטיק אין דער היים.
זי האָט געוווינט כּמעט דאָס גאַנצע לעבן אין וווּסטער און האָט זיך שטאָלצירט מיט איר עלטער, האָט דער Boston Globe איבערגעגעבן. מיכעלסאָן פֿלעג זאָגן, אַז איר אַריכות־ימים איז אַ דאַנק דעם וואָס זי גייט רעגלמעסיק שפּאַצירן.
דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ איז מיכעלסאָן באַשטעטיקט געוואָרן ווי דער עלטסטער מענטש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
מיכעלסאָן איז געבוירן געוואָרן אין 1902 (איר מיידלשער נאָמען איז געווען קאָראַש). שפּעטער האָט זי גראַדויִרט פֿון „פּעמבראָק־קאַלעדזש‟, וואָס איז מיט דער צײַט געוואָרן דער „פֿרויען־קאַלעדזש פֿון בראַון־אוניווערסיטעט‟, און האָט באַקומען אַ מאַגיסטער אין סאָציאָלאָגיע פֿון „קלאַרק־אוניווערסיטעט‟ אין וווּסטער. בײַם צוגרייטן איר טעזיס, A Citizenship Survey of Worcester Jewry (אַ בירגערשאַפֿט־אַנקעטע פֿון די ייִדן אין וווּסטער), האָט זי געפֿאָרשט פֿאַר וואָס אַ סך פֿון דער שטאָטס עלטערע ייִדישע אימיגראַנטן האָבן נישט געשטרעבט צו ווערן אַמעריקאַנער בירגער אָדער זיך צו לערנען ענגליש. שפּעטער איז זי געוואָרן אַ סאָציאַלע אַרבעטערין.
זי האָט חתונה געהאַט מיט איר ברודערס אַ פֿרײַנד. איר מאַן, דוד מיכעלסאָן, איז געווען אַ געשעפֿטסמאַן וואָס האָט געאַרבעט אין פֿונאַנדערבויען מעדיצינישע ביוראָ־בנינים. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1974.
אין 2012 האָט זי געזאָגט דעם Worcester Telegram, אַז די אינספּיראַציע פֿאַר איר טעזיס איז געווען איר איבערלעבונג ווי אַן אַרבעטערין בײַ געוויסע ייִדישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציעס אַזוי ווי „הדסה‟ און „דער נאַציאָנאַלער ראָט פֿון ייִדישע פֿרויען‟.
נאָך דעם וואָס די גרענעצן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן זיך געעפֿנט פֿאַר ייִדן אין 1989, איז אַ נײַע כוואַליע ייִדישע אימיגראַנטן אָנגעקומען קיין וווּסטער. מיכעלסאָן איז געווען צווישן די וואָלונטירן, וואָס האָבן זיי געהאָלפֿן זיך פֿילן אין דער היים אינעם נײַעם לאַנד און זיך צוגעוווינען צו דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.
במשך פֿון איר לעבן איז מיכעלסאָן געווען טעטיק אין פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטן, אַרײַנגערעכנט איינע וואָס האָט געשטיצט דאָס פֿאַרלייגן פֿון „בראַנדײַס־אוניווערסיטעט‟.
אויף דער עלטער האָט זי געלערנט רעליגיע־בילדונג און רעזשיסירט פּיעסעס אין אַ לאָקאַלער שיל. זי האָט שטאַרק ליב געהאַט טעאַטער און איז אויפֿגעטראָטן און רעזשיסירט כּמעט דאָס גאַנצע לעבן — אַרײַנגערעכנט אַ פֿאָרשטעלונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ צו 99 יאָר.
נאָך איר מאַנס טויט, האָט מיכעלסאָן געשאָנקען אַ ברייטהאַרציקן בײַשטײַער צו גרינדן דעם „מיכעלסאָן טעאַטער‟ און דעם „דוד און גאָלדע מיכעלסאָן דראַמע־פֿאָנד‟ אין „קלאַרק־אוניווערסיטעט‟.
„ס׳איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז איך וועל לעבן אַזוי לאַנג,‟ האָט מיכעלסאָן געזאָגט דעם זשורנאַל פֿון „קלאַרק־אוניווערסיטעט” אין 2012. „דאָך האָט געהאַלטן אין איין צוקומען נאָך אַ יאָר און נאָך אַ יאָר. דאָס האָט מיך שטאַרק דערפֿרייט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.