ס׳רובֿ מענטשן, אַז איר וועט זיי פֿרעגן, וועלן נישט וויסן אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ ייִדישע קהילה אין אינדיע. שוין אָפּגערעדט דערפֿון וואָס ייִדן האָבן געהאַט אַ קיום אין אינדיע מער ווי צוויי טויזנט יאָר לאַנג.
אין דער אמתן געפֿינען זיך קנאַפּע 4,000 ייִדן איבערן גאַנצן לאַנד, וואָס האָט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 1.2 ביליאָן, וואָס — אויב מע וויל עס אויסחשבונען — באַטרעפֿט אַרום 0.00033% פֿון דער אַלגעמיינער אינדישער באַפֿעלקערונג.
כאָטש ייִדן זענען אַ בפֿירוש באַזונדערער טייל פֿון דער אינדישער באַפֿעלקערונג זענען זיי נישט אַלע ענלעך איינס אויפֿן צווייטן. די בני־ישׂראל־קהילה, די גרעסטע פֿון די אינדישע ייִדישע קהילות, געפֿינט זיך מערסטנס אין און אַרום מומבײַ; אירע מיטגלידער זעען אויס אינדיש און מע קען זיי נישט פֿונאַנדערשיידן פֿון דער אַרומיקער מאַראַטי־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג וואָס שייך שפּראַך אָדער אויסזע.
די באַגדאַדישע ייִדן, וואָס באַטרעפֿן קנאַפּע 30 מענטשן, געפֿינען זיך אין מומבײַ און אין קאָלקאַטאַ, און זעען אויס העלער ווי די בני־ישׂראל און רעדן מערסטנס ענגליש און הינדי. זיי וואַרפֿן זיך אויך נישט אין די אויגן, אַ דאַנק דער קאָסמאָפּאָליטישער נאַטור פֿון דער מעטראָפּאָליע.
די דריטע קהילה, די קאָטשינער ייִדן, וואָס זיי זענען אויך קליין אין צאָל, באַשטייט הײַנט פֿון אַרום 60 נפֿשות, און איז אַליין צעטיילט אויף כאָטש צוויי גרופּעס: די מאַלאַבאַרי־ייִדן, וואָס רעדן די אָרטיקע שפּראַך, מאַלאַיאַלאַם, און זעען אויס ווי די אַנדערע אָרטיקע אײַנוווינערס; און די פּאַראַדיישי־ייִדן, וואָס האָבן דווקא זייער אַ העל־קאָליריקע הויט און זעען אויס ווי אויסלענדער, ביז זיי הייבן אָן צו רעדן. ערשט דעמאָלט ווערט קלאָר פֿון זייער קעראַלאַ־אַקצענט אַז זיי זענען טאַקע היגע לײַט.
פֿון אָט דער קליינער באַשרײַבונג וואָלט געדאַרפֿט קלאָר זײַן אַז אַפֿילו די מינאָריטעטן־קהילה „ייִדן‟ איז אַ געמיש פֿון עטלעכע מינאָריטעטן. (מיר רעדן דאָ אַפֿילו נישט פֿון די נײַ אַנטדעקטע ייִדישע קהילות, די בני־מנשה אין צפֿון־מיזרח און די בני־אפֿרים אין דרום־אינדיע.)
כאָטש ס׳רובֿ אינדיער ווייסן נישט וועגן דער עקסיסטענץ פֿון אַן אַלט־געזעסענער ייִדישער קהילה אין אינדיע, זענען שוין געווען עטלעכע גאַנץ באַקאַנטע יחידים אין לאַנד, כאָטש מ׳האָט אפֿשר נישט געוווּסט אַז זיי זענען ייִדן. למשל, האַנאַן איזיקיעל איז געווען אַ פֿאַרשמטער עקאָנאָמיסט, אַ שעף־רעדאַקטאָר פֿון דער „עקאָנאָמיק טײַמס“, די באַקאַנטע מומבײַער געשעפֿט־צײַטונג; זײַן ברודער, ניסים איזיקיעל, וואָס האָט געשריבן פּאָעזיע אויף ענגליש, איז געווען נאָך מער באַקאַנט; דער גענעראַל־לייטענאַנט, דזשיי. עף. אַר. דזשייקאָב, איז געווען איינער פֿון די העלדן פֿון דער מלחמה קעגן פּאַקיסטאַן אין 1971, ווען אינדיע האָט געהאָלפֿן באַנגלאַדעש ווערן אַ פֿרײַ לאַנד. ע. מאָזעס און מאיר ניסים זענען אַמאָליקע בירגער־מײַסטערס פֿון מומבײַ. און צענדליקער ייִדן זענען געווען, און זענען נאָך אַלץ, אַקטיאָרן און אַרבעטערס אין באָליוווּד.
פֿאָרט וויל די אינדישע רעגירונג פֿאַרזיכערן, אַז אַלע זאָלן וויסן אַז ייִדן זענען אַ מינאָריטעטן־קהילה אין אינדיע. האָט מען דעם יוני מודיע געווען אין די אינדישע צײַטונגען אַז נאַרענדראַ מאָדי, דער איצטיקער פּרעמיער־מיניסטער, וועט באַלד דעקלאַרירן אַז די ייִדן זענען אַן אָנערקענטע מינאָריטעטן־קהילה אין לאַנד. דער שטאַט מאַהאַראַשטראַ, וווּ עס געפֿינט זיך די שטאָט מומבײַ, האָט שוין געמאַכט אַזאַ דעקלאַראַציע אין יוני, בשעת דער שטאַט וועסט בענגאַל, וווּ סע געפֿינט זיך די שטאָט קאָלקאַטאַ, האָט עס געטאָן נאָך מיט אַ צענדליק יאָר צוריק. קוקנדיק אויף דעם אַז ייִדן זענען, ווי פֿריִער דערמאָנט, נאָר 0.00033% פֿון דער אינדישער באַפֿעלקערונג, איז שוין געקומען די צײַט אַז מע זאָל ייִדן מכבד זײַן מיט דער אָנערקענונג פֿון אַ מינאָריטעטן־קהילה. די פּאַרסיס (וואָס שטאַמען פֿון די בבֿלים פֿון די גמרא־צײַטן) זענען אַזאַ אָנערקענטע מינאָריטעטן־קהילה (מע שאַצט אַז זיי באַטרעפֿן הײַנט ווייניקער ווי 59,000 נפֿשות), און אויך די סיקכן (1.72% פֿון דער באַפֿעלקערונג), די דזשאַיִניסטן (0.4%) און די קריסטן (2.3%). אַפֿילו די מוסולמענער זענען אַן אָנערקענטע מינאָריטעטן־קהילה: צוליב דעם וואָס זיי באַטרעפֿן 14.2% פֿון אַלע אינדיער, קען מען אַזאַ מינאָריטעט נישט פֿאַרקוקן.
דאָך וואָלט מען זיך אפֿשר געפֿרעגט, וואָס איז די גרויסע גדולה אַז מע זאָל אָנערקענט ווערן מצד דער מלוכה ווי אַ מינאָריטעטן־קהילה? ייִדן זענען שטענדיק געווען אַ מינאָריטעט אין אינדיע. די גרעסטע צאָל ייִדן איז געווען אין 1947, ווען אינדיע איז געוואָרן אומאָפּהענדיק פֿון ענגלאַנד, און אַפֿילו דעמאָלט זענען געווען ווייניקער ווי 30,000 ייִדן. נו, ס׳איז נישט שווער צו טרעפֿן, אַז סע האָט גאָר נישט צו טאָן מיט דער צאָל ייִדן אין אינדיע. גיכער האָט עס צו טאָן מיט די צוויי וויכטיקסטע ענינים אין נאַציאָנאַלן לעבן, דהײַנו, פּאָליטיק און — נאָך וויכטיקער — געלט, מזומן, מטבע….
אָט איז אַ משל: ווי אַן אָנערקענטע מינאָריטעט האָבן מוסולמענער דאָס רעכט עולה־רגל צו זײַן כאָטש איין מאָל אין לעבן קיין מעקאַ עיר־הקודש, להבֿדיל, און דאָס ווערט סובסידירט פֿון דעם רובֿ־מנין־ורובֿ־בנין הינדוסן. האָט די אינדישע ייִדישע פֿעדעראַציע, די רעפּרעזענטאַנטן פֿון אינדישע ייִדן (כאָטש ס׳איז נישט קלאָר ווער סע זענען פֿאַקטיש די פֿירערס פֿון אָט דער פֿעדעראַציע און ווער ס׳האָט זיי אויסגעקליבן ווי רעפּרעזענטאַנטן), באַשלאָסן אַז ייִדן זאָלן אויך האָבן דאָס רעכט עולה־רגל צו זײַן קיין ירושלים עיר־הקודש, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיץ פֿון דער אינדישער רעגירונג, נישט געקוקט אויף דעם וואָס נאָכן חורבן־בית־המיקדש איז מער נישטאָ קיין מיצווה עולה־רגל צו זײַן, ביז משיח זאָל נישט קומען און מקיים זײַן אונדזערע דרײַ־מאָל־אַ־טאָגיקע תּפֿילות במהרה־בימינו.
עקנאַט כאַדסע, דער מיניסטער פֿאַר מינאָריטעטן־ענינים, האָט לעצטנס מודיע געווען אַז ווי נאָר די ייִדן וועלן אָנערקענט ווערן ווי אַ מינאָריטעטן־קהילה פֿון דער אינדישער רעגירונג וועלן זיי האָבן דאָס רעכט אויף אַ סובווענץ פֿאַר זייערע נסיעות צו דער „וויינענדיקער וואַנט‟ (דער אַזוי גערופֿענער Wailing Wall). ער האָט ווײַטער געלאָזט וויסן, אַז אַלע זייערע הוצאָות וועל געדעקט ווערן, ווײַל אַזוי ווי ייִדן זענען אַזאַ קליינער מיעוט קען די רעגירונג זיך לאָזן וווילגיין. און נאָך אַ בענעפֿיט: הלוואָות וואָס די באַנקען אַנטלײַען דער ייִדישער קהילה וועלן איצט פֿאַררעכנט ווערן ווי הלוואָות פֿאַר פּריאָריטעטן־סעקטאָרן (אינדישע באַנקען זענען מחויבֿ אוועקצולייגן אין אַ זײַט 10% פֿון זייערע הלוואָות פֿאַר די שוואַכערע טיילן פֿון דער געזעלשאַפֿט, אַרײַנגערעכנט די נידעריקע קאַסטעס און שבֿטים, בעל־מלאָכות און די פֿאַראָרעמטע שטאָטישע באַפֿעלקערונג וואָס זיי קומען אַ סך געלט די וואָכערערס און בעלי־הלוואָות).
צווישן אַנדערע בענעפֿיטן וואָס די אינדישע ייִדן קוקן אַרויס אויף זיי — האָט מיר אין אַן עקסקלוסיוון אינטערוויו געגעבן צו וויסן אַבנער פּינגליי, אַ מומבײַער ייִד — איז דער צוטריט צו רעזערווירטע פּלעצער אין אינדישע אוניווערסיטעטן. געוויינלעך דאַרף מען שווער קאָנקורירן מיט אַנדערע קאַנדידאַטן, כּדי אַרײַנצוקומען אין די אינדישע קאַלעדזשן. עלטערן גיבן אויס אַ סך געלט פֿאַר ספּעציעלע קורסן כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זייערע זין און טעכטער זאָלן קענען אַרײַן אין די העכסטע שולן, אַזוי ווי דער „אינדישער אינסטיטוט פֿאַר טעכנאָלאָגיע‟ און דער „אינדישער אינסטיטוט פֿון געשעפֿט־ענינים‟. געוויינלעך האָבן דעם צוטריט צו אַזוינע רעזערווירטע פּלעצער אין דערציִונג־אינסטיטוציעס נאָר אַזוינע קהילות וואָס לײַדן פֿון היסטאָריש עקאָנאָמישע שוועריקייטן, אַזוי ווי די נידעריקע קאַסטעס און שבֿטים; לייגט זיך דעריבער נישט אויפֿן שׂכל אַז ייִדן, וואָס האָבן קיין מאָל נישט געליטן פֿון קיין דיסקרימינאַציע אין אינדיע, זאָלן באַקומען אַזאַ בענעפֿיט.
אַנדערע בענעפֿיטן זענען אָבער דאָך מעגלעך. למשל, ווען די דזשאַיִניסטן זענען אָנערקענט געוואָרן ווי אַ מינאָריטעטן־קהילה אין 2014 זענען זיי מסוגל געווען צו באַקומען ספּעציעלע סטיפּענדיעס פֿון די קאַרנאַטאַקאַ־שטאַטישע און נאַציאָנאַלע מלוכות. וועלן די ייִדן איצט אויך ראָוי זײַן צו אַזוינע סטיפּענדיעס. דערצו גיט די אינדישע קאָנסטיטוציע דאָס רעכט אָנערקענטע מינאָריטעטן־קהילות, אַז זיי זאָלן אָנפֿירן מיט די אייגענע דערציִונג־אינסטאַנצן און אַזוי אַרום פֿאַרזיכערן אַז זייערע מינהגים, לשונות און קולטורן זאָלן נישט פֿאַרגעסן ווערן. במילא וועלן מיר זיך אפֿשר נאָך אַ מאָל צוריקקערן צו די אַלטע גוטע טעג ווען מע האָט זיך געקענט לערנען העברעיִש אין באָמביי־אוניווערסיטעט (הײַנט מומבײַ־אוניווערסיטעט) און מאַדראַס־אוניווערסיטעט (הײַנט טשעננײַ־אוניווערסיטעט) און מע האָט געגעבן ייִדישע תּלמידים רשות, אַז זיי זאָלן נישט מוזן נעמען די עקזאַמענס אום שבת אָדער ייִדישע יום־טובֿים. די צײַטונג Mumbai Mirror האָט אויך ציטירט געוויסע מומבײַער ייִדן פֿון דער בני־ישׂראל־קהילה וואָס ריכטן זיך אויף בעסערע שטעלעס און פּרנסה־מעגלעכקייטן ווי אַ פּועל־יוצא פֿון אָט דעם מלוכישן באַשלוס. מע האָפֿט אַז די וואַרטונגען אויף אַ בעסערן עקאָנאָמישן עתיד וועלן העלפֿן פֿאַרהאַלטן די אינדישע עליה קיין ישׂראל.
די רעליגיעזע און דערציִונג־אינסטאַנצן פֿון אָנערקענטע מינאָריטעטן־קהילות זענען אויך באַפֿרײַט פֿון דעם אַרײַנמישן זיך מצד דער רעגירונג אין זייער טאָג־טעגלעכער אָנפֿירונג. למשל, זיי מעגן רעזערווירן אַפֿילו אַ העלפֿט פֿון די ערטער אין זייערע שולן און קאַלעדזשן פֿאַר קינדער פֿון זייער אייגענער קהילה, וואָס בדרך־כּלל וואָלט דאָס געווען קעגן דעם געזעץ. פֿאַראַן אָבער ווייניק ייִדישע שולן אין אינדיע. די „סאַסון־שול“ אין מומבײַ, די „עלײַאַס מייער פֿרי סקול ענד תּלמוד־תּורה“ און די „דזשויִש גירלס סקול“ אין קאָלקאַטאַ זענען אויסנעמען, אָבער עס זענען כּמעט נישט פֿאַראַן דאָרט קיין ייִדישע תּלמידים; פֿאַרקערט, ס׳רובֿ תּלמידים זײַנען פֿון מוסולמענישן גלויבן. קאָלקאַטאַ האָט כּמעט מער נישט קיין ייִדן, איז נישטאָ קיין איין ייִדישער תּלמיד וואָס זאָל זיך לערנען אין די ייִדישע שולן. און אין מומבײַ, וואָס האָט דווקא אַ גרעסערע פּראָפּאָרציע ייִדן, זענען יאָ דאָ סטודענטן, אָבער אָדער וווינען זיי נישט אין געגנט אָדער ווילן טאַטע־מאַמע גיכער שיקן זייערע קינדער אין אַנדערע, מער אָנגעזעענע שולן.
ווי אויבן דערמאָנט איז דאָס אַלץ אַן ענין נישט נאָר פֿון געלט, נאָר אויך פֿון פּאָליטיק און מאַכט, לויט קוואַלן ציטירט פֿון דער צײַטונג „אינדיאַן עקספּרעס“. דער פּרעמיער מאָדי איז זייער נײַגעריק, אַז מע זאָל עטאַבלירן נאָענטע און שטאַרקע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל. ער האָפֿט אַז ישׂראלדיקע סוחרים וועלן אינוועסטירן געלט אין אינדישע געשעפֿטן און אַז די ישׂראל־רעגירונג וועט געבן דער אינדישער מלוכה טעכנישע הילף אין די אינדוסטריעלע און מיליטערישע סעקטאָרן. ס׳איז מסתּמא אויך שייך צו דערמאָנען אַז מאָדי באַלאַנגט צו דער בי. דזשיי. פּי.־פּאַרטיי („בהאַראַטיאַ דזשאַנאַטאַ פּאַרטי“), אַ הינדויִסטישע און כּלומרשט אַנטימוסולמענישע פּאָליטישע פּאַרטיי, וואָס אירע מיטגלידער און פֿירערס האָבן ליב דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתּניהו, אַליין נישט קיין גרויסער פּראָ־מוסולמענער. ווי מיר ווייסן אַלע איז דעם שׂונאס שׂונה טאַקע אַן אייגענער פֿרײַנד.
(מיט דער הילף פֿון גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.