ס׳רובֿ מענטשן, אַז איר וועט זיי פֿרעגן, וועלן נישט וויסן אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ ייִדישע קהילה אין אינדיע. שוין אָפּגערעדט דערפֿון וואָס ייִדן האָבן געהאַט אַ קיום אין אינדיע מער ווי צוויי טויזנט יאָר לאַנג.
אין דער אמתן געפֿינען זיך קנאַפּע 4,000 ייִדן איבערן גאַנצן לאַנד, וואָס האָט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 1.2 ביליאָן, וואָס — אויב מע וויל עס אויסחשבונען — באַטרעפֿט אַרום 0.00033% פֿון דער אַלגעמיינער אינדישער באַפֿעלקערונג.
כאָטש ייִדן זענען אַ בפֿירוש באַזונדערער טייל פֿון דער אינדישער באַפֿעלקערונג זענען זיי נישט אַלע ענלעך איינס אויפֿן צווייטן. די בני־ישׂראל־קהילה, די גרעסטע פֿון די אינדישע ייִדישע קהילות, געפֿינט זיך מערסטנס אין און אַרום מומבײַ; אירע מיטגלידער זעען אויס אינדיש און מע קען זיי נישט פֿונאַנדערשיידן פֿון דער אַרומיקער מאַראַטי־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג וואָס שייך שפּראַך אָדער אויסזע.
די באַגדאַדישע ייִדן, וואָס באַטרעפֿן קנאַפּע 30 מענטשן, געפֿינען זיך אין מומבײַ און אין קאָלקאַטאַ, און זעען אויס העלער ווי די בני־ישׂראל און רעדן מערסטנס ענגליש און הינדי. זיי וואַרפֿן זיך אויך נישט אין די אויגן, אַ דאַנק דער קאָסמאָפּאָליטישער נאַטור פֿון דער מעטראָפּאָליע.
די דריטע קהילה, די קאָטשינער ייִדן, וואָס זיי זענען אויך קליין אין צאָל, באַשטייט הײַנט פֿון אַרום 60 נפֿשות, און איז אַליין צעטיילט אויף כאָטש צוויי גרופּעס: די מאַלאַבאַרי־ייִדן, וואָס רעדן די אָרטיקע שפּראַך, מאַלאַיאַלאַם, און זעען אויס ווי די אַנדערע אָרטיקע אײַנוווינערס; און די פּאַראַדיישי־ייִדן, וואָס האָבן דווקא זייער אַ העל־קאָליריקע הויט און זעען אויס ווי אויסלענדער, ביז זיי הייבן אָן צו רעדן. ערשט דעמאָלט ווערט קלאָר פֿון זייער קעראַלאַ־אַקצענט אַז זיי זענען טאַקע היגע לײַט.
פֿון אָט דער קליינער באַשרײַבונג וואָלט געדאַרפֿט קלאָר זײַן אַז אַפֿילו די מינאָריטעטן־קהילה „ייִדן‟ איז אַ געמיש פֿון עטלעכע מינאָריטעטן. (מיר רעדן דאָ אַפֿילו נישט פֿון די נײַ אַנטדעקטע ייִדישע קהילות, די בני־מנשה אין צפֿון־מיזרח און די בני־אפֿרים אין דרום־אינדיע.)
כאָטש ס׳רובֿ אינדיער ווייסן נישט וועגן דער עקסיסטענץ פֿון אַן אַלט־געזעסענער ייִדישער קהילה אין אינדיע, זענען שוין געווען עטלעכע גאַנץ באַקאַנטע יחידים אין לאַנד, כאָטש מ׳האָט אפֿשר נישט געוווּסט אַז זיי זענען ייִדן. למשל, האַנאַן איזיקיעל איז געווען אַ פֿאַרשמטער עקאָנאָמיסט, אַ שעף־רעדאַקטאָר פֿון דער „עקאָנאָמיק טײַמס“, די באַקאַנטע מומבײַער געשעפֿט־צײַטונג; זײַן ברודער, ניסים איזיקיעל, וואָס האָט געשריבן פּאָעזיע אויף ענגליש, איז געווען נאָך מער באַקאַנט; דער גענעראַל־לייטענאַנט, דזשיי. עף. אַר. דזשייקאָב, איז געווען איינער פֿון די העלדן פֿון דער מלחמה קעגן פּאַקיסטאַן אין 1971, ווען אינדיע האָט געהאָלפֿן באַנגלאַדעש ווערן אַ פֿרײַ לאַנד. ע. מאָזעס און מאיר ניסים זענען אַמאָליקע בירגער־מײַסטערס פֿון מומבײַ. און צענדליקער ייִדן זענען געווען, און זענען נאָך אַלץ, אַקטיאָרן און אַרבעטערס אין באָליוווּד.
פֿאָרט וויל די אינדישע רעגירונג פֿאַרזיכערן, אַז אַלע זאָלן וויסן אַז ייִדן זענען אַ מינאָריטעטן־קהילה אין אינדיע. האָט מען דעם יוני מודיע געווען אין די אינדישע צײַטונגען אַז נאַרענדראַ מאָדי, דער איצטיקער פּרעמיער־מיניסטער, וועט באַלד דעקלאַרירן אַז די ייִדן זענען אַן אָנערקענטע מינאָריטעטן־קהילה אין לאַנד. דער שטאַט מאַהאַראַשטראַ, וווּ עס געפֿינט זיך די שטאָט מומבײַ, האָט שוין געמאַכט אַזאַ דעקלאַראַציע אין יוני, בשעת דער שטאַט וועסט בענגאַל, וווּ סע געפֿינט זיך די שטאָט קאָלקאַטאַ, האָט עס געטאָן נאָך מיט אַ צענדליק יאָר צוריק. קוקנדיק אויף דעם אַז ייִדן זענען, ווי פֿריִער דערמאָנט, נאָר 0.00033% פֿון דער אינדישער באַפֿעלקערונג, איז שוין געקומען די צײַט אַז מע זאָל ייִדן מכבד זײַן מיט דער אָנערקענונג פֿון אַ מינאָריטעטן־קהילה. די פּאַרסיס (וואָס שטאַמען פֿון די בבֿלים פֿון די גמרא־צײַטן) זענען אַזאַ אָנערקענטע מינאָריטעטן־קהילה (מע שאַצט אַז זיי באַטרעפֿן הײַנט ווייניקער ווי 59,000 נפֿשות), און אויך די סיקכן (1.72% פֿון דער באַפֿעלקערונג), די דזשאַיִניסטן (0.4%) און די קריסטן (2.3%). אַפֿילו די מוסולמענער זענען אַן אָנערקענטע מינאָריטעטן־קהילה: צוליב דעם וואָס זיי באַטרעפֿן 14.2% פֿון אַלע אינדיער, קען מען אַזאַ מינאָריטעט נישט פֿאַרקוקן.
דאָך וואָלט מען זיך אפֿשר געפֿרעגט, וואָס איז די גרויסע גדולה אַז מע זאָל אָנערקענט ווערן מצד דער מלוכה ווי אַ מינאָריטעטן־קהילה? ייִדן זענען שטענדיק געווען אַ מינאָריטעט אין אינדיע. די גרעסטע צאָל ייִדן איז געווען אין 1947, ווען אינדיע איז געוואָרן אומאָפּהענדיק פֿון ענגלאַנד, און אַפֿילו דעמאָלט זענען געווען ווייניקער ווי 30,000 ייִדן. נו, ס׳איז נישט שווער צו טרעפֿן, אַז סע האָט גאָר נישט צו טאָן מיט דער צאָל ייִדן אין אינדיע. גיכער האָט עס צו טאָן מיט די צוויי וויכטיקסטע ענינים אין נאַציאָנאַלן לעבן, דהײַנו, פּאָליטיק און — נאָך וויכטיקער — געלט, מזומן, מטבע….
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.