ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

די חורבֿות פֿון אַן אָרט, וואָס אַרכעאָלאָגן האַלטן, האָט געדינט ווי אַ באַהעלטעניש פֿאַר די אַנטלאָפֿענע דײַטשישע פֿירער — און אפֿשר היטלער אַליין —  נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה; אין אַ דזשאָנגל אין צפֿון־אַרגענטינע
Getty Images
די חורבֿות פֿון אַן אָרט, וואָס אַרכעאָלאָגן האַלטן, האָט געדינט ווי אַ באַהעלטעניש פֿאַר די אַנטלאָפֿענע דײַטשישע פֿירער — און אפֿשר היטלער אַליין — נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה; אין אַ דזשאָנגל אין צפֿון־אַרגענטינע

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 13, 2016, issue of July 27, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ מיסטעריעזער בונקער — האָט היטלער זיך דאָרט באַהאַלטן?

די טעג איז אַרגענטינע צערודערט געװאָרן מיט נאָך אַ טעאָריע װעגן היטלערן. ביז איצט זײַנען באַרילאָטשע, אַ דרום־שטאָט, 1,000 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס (צװישן די שענסטע לאַנדשאַפֿטן פֿון לאַנד) אָדער אַסונסיאָן, די הויפּטשטאָט פֿון פּאַראַגװײַ, געװען מעגלעכע אַדרעסן װוּהין ער איז אַנטלאָפֿן נאָך זײַן מפּלה. די פֿאָרשערס האָבן געהאַלטן אַז זײַן טויט איז בלויז געװען אַן אָנשטעל און ער האָט באַװיזן צו אַנטלויפֿן קיין דרום־אַמעריקע. איצט האָט מען אָנגעהויבן צו רעדן װעגן נײַע טעאָריעס.

טשאַראַטאַ איז הײַנט אַ שטאָט פֿון 20 טויזנט אײַנװוינערס, אויך 1,000 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס, צו װעלכער מען פֿאָרט 12 שעה מיט אַן אויטאָ.

די פֿאָרשונגען האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך דעם װי דער אַמעריקאַנער פֿעדעראַלער ביוראָ FBI האָט אין 2014 פֿאַרעפֿנטלעכט 700 דאָקומענטן, און דערבײַ האָט מען זיך דערװוּסט, אַז דעם 8טן נאָװעמבער 1945 האָט איז דערמאָנט געוואָרן די שטאָט טשאַראַטאַ. אין די 1930ער יאָרן האָט טשאַראַטאַ געהאַט אַ גרויסע דײַטשע באַפֿעלקערונג װאָס האָט געשטיצט דעם נאַצישן רעזשים. אַ רײַכער סוחר, קאַרל בוק, האָט געגרינדט אַ שול און אַ ביבליאָטעק מיט נאַצישער ליטעראַטור און געשטיצט אַ גרופּירונג פֿון נאַצישער יוגנט, װי אין בערלין.

אַ 15 מײַל פֿון טשאַראַטאַ און פֿון דעם נאָענטסטן שכן, האָט בוק געהאַט אַ הויז מיט אַ געמויערטן קעלער — זיכער ניט קיין װײַנקעלער. די אַמעריקאַנער ספּעציאַליסטן האַלטן, אַז דאָס האָט ער אויפֿגעבויט כּדי צו באַהאַלטן אַ װיכטיקן מענטשן, אָבער זיי זײַנען נישט זיכער צי היטלער האָט זיך דאָ באַהאַלטן. די אַרכעאָלאָגן האָבן אויך גאָר נישט פֿעסטגעשטעלט. דער עלטסטער אײַנװוינער פֿון טשאַראַטאַ געדענקט, אַז נאַציס פֿלעגן דאָרט מאַרשירן אָבער אַז ער האָט גאָר נישט געװוּסט װעגן אַ בונקער.

אַ 500 מײַל פֿון טשאַראַטאַ, אין מיטן דעם דזשאָנגל און װײַט פֿון אַ ייִשובֿ, האָט מען געפֿונען דרײַ פֿאַרלאָזטע געבײַדעס, ממש חורבֿות, װאָס ציִען דעם אויפֿמערק. אויף אַ באַרג — צוויי צימערן און אַ װיכטיקע אינסטאַלאַציע פֿאַר װאַסער און אַ טעראַסע װאָס איז אַ װיכטיקע אָבסערװאַטאָריע פֿון װאַנען מען קאָן זען די דרײַפֿאַכיקע גרענעץ צװישן אַרגענטינע, בראַזיל און פּאַראַגװײַ. הײַנט איז דאָס אַ צענטער פֿון קאָנטראַבאַנד, נאַרקאָטיק און טעראָריזם.

אַ מאָל איז דאָס געװען אַ פּלאַץ אָן אַ קאָנטראָל און נאָך דער מלחמה האָבן נאַציס און, להבֿדיל, ייִדן זיך אַרײַנגעשמוגלט דורך דאַנען קיין אַרגענטינע. די געבײַדע בײַם װאַסער קאָנטראָלירט דירעקט דעם טײַך און דאָס איז אַ באַריער צום מיטעלן בנין װאָס איז ממש אַ בונקער און מען קען דערקענען אַז זי האָט געהאַט רײַכע אויסשטאַטונגען. אָבער דאָס װאָס האָט געצויגן דעם אויפֿמערק פֿון די אַרכעאָלאָגן איז אַז מען האָט אויסגעגראָבן אָן אַ שיעור חפֿצים און מטבעות פֿון דער נאַצישער תּקופֿה און הונדערטער פֿלעשלעך פֿון אַ מעדיקאַמענט, װאָס היטלער האָט כּסדר געטרונקען פֿאַר זײַנע בויכװייטיקן. צי דאָס איז אַ צופֿאַל אָדער נישט װייסט מען נישט. אָבער די פֿראַגע איז, פֿאַר װאָס האָט מען אויפֿגעבויט אין אַזאַ װילד װײַט פּלאַץ אַזאַ מין קאָמפּלעקס און פֿאַר װעמען? האָט היטלער געװוינט אין דעם איגואַזוער דזשאָנגל? טשאַראַטאַ און איגואַזו — נאָך צװיי מיסטעריעס אין שײַכות מיט היטלערס סוף.


שפּיאָן פֿאַרדאַמט שלעכטע אויספֿאָרשונג פֿון אַטענטאַט מצד דער פֿריִערדיקער אַרגענטינער פּרעזידענטין

כאַימע סטיוסאָ, דער אַרגענטינער שפּיאָן װאָס האָט במשך פֿון 20 יאָר געפֿאָרשט דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, האָט אָנגעהויבן צו רעדן מיט דער פּרעסע.

סטיוסאָ האָט מיטגעאַרבעט מיטן פֿאַרשטאָרבענעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן און איז באַזײַטיקט געװאָרן פֿון זײַן אַמט פֿאַר ניסמאַנס טויט. זונטיק דעם 10טן יולי האָבן צװיי פֿאַרשפּרייטע צײַטונגען פּובליקירט אַן אינטערװיו מיט סטיוסאָן װאָס איז פֿאָרגעקומען אַ פּאָר װאָכן פֿריִער אין אַ קאַפֿע, װוּ אַ יונגע זשורנאַליסטין האָט אים צופֿעליק געטראָפֿן. אַ סך מיינען אַז דאָס איז ניט קיין צופֿאַל און סטיוסאָ האָט געװאָלט אָנהייבן שיטן פּעך־און־שװעבל אויף דער פֿריִערדיקער אַדמיניסטראַציע װאָס האָט אים באַזײַטיקט פֿון זײַן אַמט. ער האָט דערקלערט אַז מען האָט זייער שלעכט געפֿאָרשט דעם אַטענטאַט און אַז אַלע רעגירונגען האָבן בכּיוון פֿאַרדעקט רעזולטאַטן, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿון דער פֿריִערדיקער פּרעזידענטין קריסטינאַ קירכנער האָט ניסמאַנען דערמאָרדעט.

סטיוסאָ האָט געטענהט, אַז קירכנערס רעגירונג האָט געװאָלט באַשולדיקן די סיריער און נישט די איראַנער איבער קאָמערציעלע אינטערעסן, און אַז איצטער איז זי „אַ משוגענע‟, אָן מאַכט און אָן אַ מלוכישן אַפּאַראַט. ער האָט אויך צוגעגעבן אַז די קירכנערס האָבן געשאַפֿן אייגענע שפּיאָנאַזש־גרופּעס װאָס האָבן צוגעשטעלט נישט־לעגאַלע אינפֿאָרמאַציעס צו קאָנטראָלירן ריכטערס, באַאַמטע, פּאָליטיקערס און אַנדערע פּערזענלעכקייטן. אַזוי האָבן זיי געקענט דערגרייכן אַלע זייערע צילן. באַלד נאָך דער טרעפֿונג איז אַטיוסאָ פֿאַרשװוּנדן געוואָרן און מען מיינט אַז ער איז אָפּגעפֿאָרן קיין מיאַמי.