סאַודישער צענטער: העברעיִשער אוניווערסיטעט אויפֿן 1טן אָרט אין מיטעלן מיזרח

Saudi Center Ranks Hebrew University No. 1 in Middle East


פֿון ייִט״אַ

Published July 14, 2016, issue of July 27, 2016.

דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים איז באַצייכנט געוואָרן ווי דער בעסטער אוניווערסיטעט אינעם מיטעלן מיזרח, לויטן „צענטער פֿון אוניווערסיטעט־שאַצונגען איבער דער וועלט‟, וואָס געפֿינט זיך אין סאַודיע.

דער צענטער האָט אויך געמאָלדן, אַז דער העברעיִשער אוניווערסיטעט געפֿינט זיך אויפֿן 26סטן אָרט צווישן מער ווי 25,000 אוניווערסיטעטן, וואָס טיילן אויס דיפּלאָמען איבער דער וועלט. אַנדערע ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן וואָס מע האָט געשטעלט אין דער רשימה פֿון די 100 געראָטנסטע זענען דער „ווײַצמאַן וויסנשאַפֿט־אינסטיטוט‟ (41#) און תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (81#).

דער באַריכט האָט אָפּגעשאַצט די לערן־אַנשטאַלטן לויט אַ צאָל סטאַנדאַרטן: די קוואַליטעט פֿון דער בילדונג און פֿון דער פֿאַקולטעט; דער פּראָצענט גראַדואַנטן וואָס האָבן אַ שטעלע; די צאָל פּובליקאַציעס וואָס דער אוניווערסיטעט גיט אַרויס; די השפּעה פֿונעם אוניווערסיטעט אויף דער געזעלשאַפֿט; און די צאָל פּאַטענטן, וואָס ער האָט אַרויסגעלאָזט.

די צען שולן מיטן העכסטן ראַנג איבער דער וועלט געפֿינען זיך אַלע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אינעם פֿאַראייניקטן קיניגרײַך (ענגלאַנד און אירלאַנד). האַרוואַרד האָט מען געשטעלט אויפֿן ערשטן אָרט, און נאָך אים, אין כראָנאָלאָגישן סדר: סטאַנפֿאָרד, MIT, קיימברידזש, אָקספֿאָרד, קאָלומביע, דער קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט, בערקלי, דער שיקאַגער אוניווערסיטעט, פּרינסטאָן און יעיל.

עקספּערטן האַלטן, אַז דער העברעיִשער אוניווערסיטעט, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1918, פּראָדוצירט אַ דריטל פֿון דער גאַנצער ציווילער פֿאָרשאַרבעט אין ישׂראל.