דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי און דער בעסטער מאָסקווער אויסשטעלונג־צענטער, באַרימט נאָך פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה — די „אויסשטעלונג פֿון דערגרייכונגען פֿון פֿאָלקס־ווירטשאַפֿט‟ (ווע־דע־ען־כאַ) — האָבן בשותּפֿות דורכגעפֿירט אַ „טאָג פֿון ייִדישער קולטור‟.
אין דער פּראָגראַם זענען פֿאָרגעקומען רעפֿעראַטן וועגן פֿאַרשידענע טעמעס ווי ייִדישע קונסט, ייִדישע געשיכטע, עקאָנאָמיק פֿון מדינת־ישׂראל, אַן אָפֿענע דיסקוסיע וועגן די רוסישע ייִדן אין ישׂראל, אַ וואַרשטאַט פֿון ישׂראלדיקע טענץ און אונטערנעמונגען פֿאַר קינדער.
„ספֿר‟ — דער צענטער פֿון פֿאַרשפּרייטן דאָס לערנען ייִדישע לימודים אין אוניווערסיטעטן אין רוסלאַנד — האָט געענדיקט די צוויי פּראָגראַמען וואָס וועגן זיי האָבן מיר דערציילט מיט אַ וואָך צוריק: דעם אַרכעאָלאָגישן סעמינאַר אין דיוונאָגאָריע (וואָראָנעזשער געגנט), וווּ עס האָבן זיך אָפּגעהיט רעשטלעך פֿון כאַזאַרער קולטור, און די עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם אין סמאָלענסקער געגנט.
די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע פּראָגראַם: אַ זומער־סעמינאַר פֿון סעמיטישער פֿילאָלאָגיע און ייִדישע לימודים, וואָס קומט פֿאָר אין אָסטראָג (מערבֿ־אוקראַיִנע) און ווערט אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן ירושלימער אוניווערסיטעט, אָסטראָגער אוניווערסיטעט און עטלעכע וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס. אַלע באַטייליקטע קענען אויסקלײַבן 3 קורסן פֿון 21 — און זיך לערנען סעמיטישע שפּראַכן (לשון־קודש, פֿאַרשיידענע אַראַמעיִשע שפּראַכן און דיאַלעקטן, אַראַביש, אַקאַדיש און אַמהאַריש) און לייענען אַלטע טעקסטן אויף זיי, אָדער זיך לערנען ייִדישע געשיכטע פֿון מיטל־אַלטער און פֿון מיזרח־אייראָפּע.
אַ ידיעה פֿון דער מאָסקווער טרעטיאַקאָווער גאַלעריע: דעם גרעסטן מוזיי פֿון מאָלערײַ אין מאָסקווע. דאָרטן ווערט אויסגעשטעלט אַ ציקל בילדער פֿון מאַרק שאַגאַל, וואָס ער האָט געשאַפֿן אין 1920 פֿאַר דער געבײַדע פֿון דעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער, נאָך דעם ווי דער טעאַטער איז אַריבערגעפֿירט געוואָרן פֿון פּעטרפּגראַד קיין מאָסקווע און האָט באַקומען זײַן אייגענעם בינין.
אין 1949, נאָך דעם ווי דער טעאַטער איז געשלאָסן געוואָרן, זענען שאַגאַלס בילדער אַריבער אין טרעטיאַקאָווער גאַלעריי, און על־פּי־רובֿ זענען זיי געבליבן אין סקלאַד, אין דינסט־צימערן. איצט ווערן זיי אויסגעשטעלט צוזאַמען מיט אַנדערע ווערק פֿון שאַגאַל, וואָס די גאַלעריי באַזיצט. סוף דעצעמבער וועט מען זיי ברענגען קיין מאָנטרעאָל צו דער אויסשטעלונג פֿון שאַגאַלס ווערק, און נאָך דעם ווי מע וועט זיי אומקערן, וועלן זיי אויסגעשטעלט ווערן אין דער הויפּט־עקספּאָזיציע פֿון דער גאַלעריי.
נאָך אַן אויסשטעלונג גרייט זיך די טעג אין מאָסקווע און וועט זיך באַלד עפֿענען: „מלחמה און שלום פֿון וואַדים סידור‟. וואַדים סידור איז אַ סאָוועטישער קינסטלער און סקולפּטאָר פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, אַן אַוואַנגאַרדיסט, אַ פּאָפּולערער אין אייראָפּע און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מיט אַ יאָר צוריק איז אין מאָסקווער „מאַנעזש‟ פֿאָרגעקומען זײַן אויסשטעלונג, וואָס איז געווען צערויבערט פֿון פּראַוואָסלאַוונע אַקטיוויסטן — און זינט דעמאָלט זענען די ווערק פֿון וואַדים סידור געוואָרן באַרימט אויך אין רוסלאַנד.
די נײַע אויסשטעלונג וועט זיך עפֿענען אין דעם מוזיי אויף דעם קינסטלערס נאָמען און וועט אײַנשליסן זײַנע ווערק וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט טעמעס פֿון מלחמה, געוואַלד, קאַטאַסטראָפֿע און דעם זוכן האַרמאָניע אין אַ וועלט וואָס האַלט בײַם אונטערגיין. נאָך דער דעמאָנסטראַציע אין מאָסקווע וועט די אויסשטעלונג געשיקט ווערן אין אַ טורנע: מע וועט זי ברענגען אין עטלעכע מוזייען אין אייראָפּע און אַזיע.
צו די אַנדערע נײַעס: אין מאָסקווע, וווּ עס פֿעלן כּשרע קאַפֿעען און רעסטאָראַנען, האָט זיך געעפֿנט אַ נײַער כּשרער רעסטאָראַן מיטן נאָמען „יפֿו‟. ער געפֿינט זיך אין עס־הויף אין אַ גרויסן סופּערמאַרק „אַפֿימאָל־סיטי‟. אין מעניו געפֿינט מען ישׂראלדיקע מאכלים און פּאָטראַוועס וואָס זענען פּאָפּולער אין רוסלאַנד, בתוכם סושי און מאַקי.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: די ייִדישע סטודענטישע אָרגאַניזאַציע „הלל‟ האָט דערקלערט אַ נײַע פּראָגראַם: דעם זומער וועלן פֿאָרקומען אינעם פּאַרק „מוזעאָן‟, לעבן דער טרעטיאַקאָווער גאַלעריי, לעקציעס פֿון העברעיִש: מע וועט קענען פֿרײַ לערנען העברעיִש פֿון סאַמע אָנהייב. דער קורס איז נאָר פֿאַרן וועלטלעכן עולם, ווײַל די לעקציעס קומען פֿאָר אַלע שבת בײַ טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.