יעװנאָ (יונה) אַזעף געהערט צו די סאַמע מיסטעריעזע פֿיגורן פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע. עד־היום װײסט מען ניט, װאָס איז געװען זײַן ציל און זײַנע כּװנות.
ער איז געװען אײנער פֿון די סאַמע װיכטיקסטע טוערס אין דער פּאַרטײ פֿון סאָציאַליסטן־רעװאָלוציאָנערן, מיט אַ ספּעציעלן אַחריות פֿאַר אָרגאַניזירן טעראָריסטישע אַטענטאַטן קעגן די העכסטע פֿאָרשטײער פֿון דער צאַרישער מאַכט. אײנצײַטיק האָט ער אױך געדינט װי אַן אַגענט פֿון דער געהײמער פּאָליצײ. אָבער ער איז ניט געװען אין גאַנצן געטרײַ ניט דעם, ניט יענעם צד. אַזעף האָט געפֿירט אַ קאָמפּליצירטע שפּיל אין משך פֿון מער װי צען יאָר, ביז ער איז דעמאַסקירט געװאָרן דורך די רעװאָלוציאָנערן. דער דאָזיקער סקאַנדאַל האָט געמאַכט אַ גרױסן רושם אױף דער רוסישער געזעלשאַפֿט. זײַנע אָפּקלאַנגען לאָזן זיך הערן אין שלום־עליכמס דערצײלונג „סטאַנציע באַראַנאָװיטש‟, װוּ אַזעף װערט דערמאָנט װי אַ מוסטער פֿון פֿאַרראַט.
עס איז פֿאַראַן אַ היפּשע ליטעראַטור װעגן אַזעף, און די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿונעם פּעטערבורגער היסטאָריקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער װאַלערי שובינסקי איז דער לעצטער בײַטראָג צו דעם דאָזיקן קאָרפּוס. אַזעף איז אױפֿעגעװאַקסן אין אַ באַשיידענער, בעל־מלאכישער ייִדישער משפּחה און האָט אויסשטודירט אויף עלעקטרישן אינזשעניר אין דײַטשלאַנד. דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיט רוסיש־ייִדישע עמיגראַנטן, צװישן זײ — חיים זשיטלאָװסקי, װאָס זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין צוגרײטן אַ רעװאָלוציע אין רוסלאַנד. אײנצײַטיק האָט אַזעף פֿירגעלײגט צו דינען אין דער רוסישער געהײם־פּאָליצײ.
אָבער די פּאָליצײ, װי עס דערקלערט שובינסיקי, האָט געפֿירט זײער אײגענע שפּיל. זײ האָבן געהאַט בדעה צו שטעלן די רעװאָלוציאָנערע באַװעגונג אונטער זײער קאָנטראָל און אױף אַזאַ אופֿן פּאַמעלעך דורכצושטופּן פּאָליטישע רעפֿאָרמעס. אײניקע אָנפֿירער פֿון דער פּאָליצײ האָבן ספּעציעל אָרגאַניזירט שטרײַקן און דעמאָנסטראַציעס, כּדי די רעװאָלוציאָנערן זאָלן האָבן מער צוטרױ צו זײערע אַגענטן. דערמיט האָבן זײ געהאָפֿט אַרױסצולאָזן די היץ פֿון דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונט און אױך צו שטױסן די צאַרישע אַדמיניסטראַציע צו רעפֿאָרמעס. ייִדן האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אינעם דאָזיקן פּלאַן, װאָרן אָט די פֿאַרװאַלטער פֿון דער געהײם־פּאָליצײ האָבן געהאַלטן ייִדישע אַרבעטער און אינטעליגענץ פֿאַרן כּוח־הפּועל פֿון דער רעװאָלוציע.
אַזעף האָט פֿאַרמאָגט אַ „שׂכל פֿון אַ שאַכמאַט־שפּילער‟ און אַן „אינסטינקט פֿון אַ חיה‟, שרײַבט שובינסקי. די דאָזיקע קאָמבינאַציע האָט אים דערמעגלעכט דורכצופֿירן סאַמע ריזיקאַלע אָפּעראַציעס און פֿירן פֿאַר דער נאָז סײַ זײַנע חבֿרים רעװאָלוציאָנערן און סײַ די פּאָליצײ. ער האָט ליב געהאַט געלט און כּלערלײ גוטע זאַכן, אָבער ניט דאָס איז געװען זײַן הױפּט־מאָטיװ. מסתּמא האָט ער הנאה געהאַט פֿון דער מאַכט, װאָס ער, אַ באַשײדענער ייִדישער אינזשעניר, האָט פֿאַרמאָגט איבערן גורל פֿון דער רוסישער אימפּעריע. ער האָט געהאַט די מעגלעכקייט צו הרגענען אַ מיניסטער אָדער גענעראַל, אַפֿילו דעם צער גופֿא, און האָט אױך געקאָנט מסרן אַ חשובֿן רעװאָלוציאָנער און שיקן אים צו דער תּליה.
אַזעף איז געװען אַ גוטער פֿרײַנד מיט גריגאָרי (הערש־יצחק) גרשוני, דעם אָנפֿירער פֿונעם טעראָריסטישן צװײַג פֿון דער פּאַרטײ פֿון סאָציאַליסטן־רעװאָלוציאָנערן. אַזעף האָט אים ניט געמסרט, צי צוליב סימפּאַטיע צי צוליב פּראַקטישער טעמים. אױף אַזאַ אופֿן האָט אַזעף באַקומען גרשוניס פֿולן צוטרױ, װאָס האָט פֿאַרפֿעסטיקט זײַן רעפּוטאַציע צװישן דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער פּאַרטײ.
אַזעפֿס פּערזענלעכע פּאָליטישע אָנזיכטן זײַנען געװען געמישטע, האַלט שובינסקי. מען האָט אים גערופֿן אַ „ליבעראַל מיט טעראָר‟. אַזעף האָט ניט געגלייבט, אַז די פֿאָלקסמאַסן זײַנען פֿעיִק צו מאַכן אַ רעװאָלוציע. דערפֿאַר האָט ער געהאַלטן פֿון טעראָר װי דער אײנציקער פּראַקטישער מיטל צו דערגרײכן ראַדיקאַלע פּאָליטישע צװעקן. זײַן השׂגה פֿונעם קומעדיקן פּאָליטישן סדר איז אָבער געװען גאַנץ ליבעראַל. שובינסקי האַלט, אַז דער קעשענעװער פּאָגראָם פֿון 1903 האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױף אַזעפֿן, און האָט אים דערמוטיקט צו אָרגאַניזירן דעם מאָרד פֿונעם אינערן־מיניסטער וויאַטשעסלאַוו פּלעװע, װעמען מען האָט געהאַלטן פֿאַר שולדיק אין אָרגאַניזירן דעם פּאָגראָם. דערבײַ האָט זיך אַזעפֿן אײַנגעגעבן פֿאָרצושטעלן די גאַנצע זאַך אַזױ, אַז די פּאָליצײ האָט אים ניט חושד געװען. מען האָט אים אַפֿילו געהעכערט דאָס געהאַלט.
אַזעפֿס מיטצײַטלער האָבן געהאַלטן, אַז ער איז זײער אַ קלוגער, אָבער אױך אַ פּאַסקודנער מענטש. זײַן טאָפּלטע שפּיל איז געקומען צום סוף אין 1909, און ער איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן פֿונעם פּאָליטישן האָריזאָנט. נאָכן אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה איז ער אַרעסטירט געװאָרן אין דײַטשלאַנד און פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין דער בערלינער תּפֿיסה מאָאַביט. דעמאָלט איז ער שױן געװען אַ געבראָכענער מענטש. שובינסקי שילדערט ניט נאָר אַ טיפֿן פּסיכאָלאָגישן פּאָרטרעט פֿון אָט דער מערקװירדיקער פּערזענלעכקײט, אָבער שאַפֿט אַ ברײטן קולטורעל־היסטאָרישן הינטערגרונט. אַזעף איז געװען אַ פּראָדוקט פֿון דער מערקװירדיקער תּקופֿה װאָס האָט קאָמבינירט די ייִדישע עמאַנציפּאַציע, דעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם און די ראַדיקאַלע רעװאָלוציאָנערע באַװעגונג. אין דעם זין בלײַבט זײַן לעבנס־געשיכטע אַקטועל פֿאַר אונדזער צײַט, װען טעראָר װערט שוין ווידער אַ טײל פֿון דער פּאָליטישער לאַנדשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.