(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4619/print/)
אין דער געשיכטע פֿון ייִדישע פֿילמען דאַרף מען אײַנפֿירן אַ באַזונדערע קאַטעגאָריע פֿון דאָקומענטאַרן און אינטערוויוען מיט אַלטע ייִדן, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מין קאָלעקטיווע געזעגענונג מצד דעם יונגן דור מיטן אַלטן. צו דעם זשאַנער געהערט אויך דער פֿילם פֿון ערן (עראַן) טאָרבינער „בונדאים‟ (בונדיסטן), געמאַכט אין 2012, וואָס איז איצט פֿרײַ פֿאַר אַלעמען צו זען אויף „יוטוב‟.
פֿאַרן לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ איז טאָרבינערס פֿילם ספּעציעל שייך: ערשטנס, באַהאַנדלט עס אונדזער ייִדישע קולטור־וועלט אין ישׂראל און נעמט אַרײַן אַ סך באַקאַנטע מענטשן אונדזערע; צווייטנס, איז עס זייער גוט געמאַכט און אַ סך מער ווי די געוויינטלעכע „וואַרעמבאָד פֿון נאָסטאַלגיע‟.
טאָרבינער האָט זיך ערשט באַקענט מיט די אַלטע בונדיסטן פֿון תּל־אָבֿיבֿ אין 2006. פֿון דעם אופֿן, ווי אַזוי ער פֿילמירט, איז קלאָר, אַז ער איז ניט ווייניקער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון די גערונצלטע פּנימער ווי פֿון דער טראַגיש־אידעאַליסטישער אידעאָלאָגיע. דאָס בילד פֿון אַלטע ייִדן, וואָס זינגען דעם „אינטערנאַציאָנאַל‟ אויף ייִדיש, ווי זיי וואָלטן געקומען אויף אַ בונדיסטישער מאַניפֿעסטאַציע אין פֿאַרמלחמהדיקער וואַרשע, האָט טאַקע עפּעס ראָמאַנטישס אין זיך. אַזאַ בילד קען מען הײַנט אין ניו־יאָרק שוין נישט זען, און טאָרבינער האָט זיכער געוווּסט, אַז ער וועט עס אין תּל־אָבֿיבֿ אויך ניט קענען זען אויף לאַנג.
אין די אינטערוויוען באַווײַזן זיך עטלעכע אַמאָליקע „פֿאָרווערטס‟־קאָרעספּאָנדענטן, למשל, דער פֿאַרשטאָרבענער מיכל בן־אַבֿרהם, ווי אויך (זיי צו לענגערע יאָר) יצחק לודען און מרדכי דוניץ. זיי דערציילן, דער עיקר, וועגן דעם „בונד‟ אין ישׂראל, ווי די פּאַרטיי איז דאָרט אויפֿגעקומען אויף ס׳נײַ אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה. חוץ דעם רעדט מען אַ ביסל וועגן פּוילן צווישן די ביידע וועלט־מלחמות, ווען דער „בונד‟ איז צײַטנווײַז געווען די גרעסטע ייִדישע פּאַרטיי. צום באַדויערן, הערן מיר כּמעט גאָרניט וועגן דער ערשטער תּקופֿה, פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע, ווען דער „בונד‟ האָט געפֿירט דעם קאַמף קעגן דער אַבסאָלוטער מאָנאַרכיע — מסתּמא פּשוט דערפֿאַר, ווײַל קיינער געדענקט עס ניט!
טאָרבינער מאַכט די בונדיסטן נאָך הײַנט רעלעוואַנט מיט זייער לאַנגיאָריקער קריטיק פֿון דער ישׂראל־פּאָליטיק, דער עיקר, לגבי די אָקופּירטע שטחים און דער באַהאַנדלונג פֿון די פּאַלעסטינער, ווי אויך לגבי דער אומגערעכטער פֿאַרטיילונג פֿון געלט אין דער געזעלשאַפֿט. הײַנט, אין דער נתניהו־תּקופֿה, קלינגען די דאָזיקע סאָציאַליסטישע שטימען ווי אַ טראַנסמיסיע פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט, וווּ מענטשן גלייבן נאָך, אַז מע קען מאַכן שלום.
בלויז איין יונגער מענטש טרעט אויף אינעם פֿילם — דער בערלינער זינגער דניאל קאַהן. דער פֿאַקט, אַז אפֿשר דער בעסטער הײַנטיקער זינגער פֿון בונדיסטישע לידער וווינט אין בערלין, ניט אין תּל־אָבֿיבֿ, איז אויך סימבאָליש פֿאַרן גרויסן מהלך צווישן די דורות. מסתּמא וווינען דאָרט, אין בערלין, אויך אַ סך אייניקלעך פֿון די דאָזיקע אַלטע בונדיסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.