דער בירגערמײַסטער פֿון אַ פּויליש שטעטל, וווּ די אָרטיקע פּאָליאַקן האָבן דערהרגעט און באַגראָבן הונדערטער ייִדן, האָט דערקלערט, אַז ער וויל אויסגראָבן די מתים פֿון די דערמאָרדעטע ייִדן, כּדי צו זען, צי דײַטשישע סאָלדאַטן זענען געווען די עכטע מערדער.
מיכאַיִל כאַיעווסקי, דער בירגערמײַסטער פֿונעם שטעטל אין צפֿון־מיזרח פּוילן, האָט פֿאַראַכטאָגן געזאָגט דער צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרצקע‟, אַז ער וויל אויסגראָבן די אָרטיקע ייִדישע מתים. זײַן דערקלערונג צו דער פּרעסע איז געקומען נאָך דעם וואָס די פּוילישע דערציִונגס־מיניסטאָרשע האָט דערקלערט אויף דער טעלעוויזיע, אַז זי ווייסט ניט ווער עס האָט דעם 10טן יולי 1941 באמת דערמאָרדעט די ייִדן פֿון יעדוואַבע. כּמעט אַלע פּוילישע היסטאָריקער האַלטן, אַז די אָרטיקע פּאָליאַקן האָבן דעמאָלט דערהרגעט זייערע ייִדישע שכנים.
„יאָ, איך וועל עס טאַקע טאָן‟, האָט כאַיעווסקי דערקלערט דער צײַטונג ווען אַ רעפּאָרטער האָט אים געפֿרעגט, צי ער וועט אונטערשרײַבן אַ פּעטיציע, וואָס בעט, מע זאָל אויסגראָבן די ייִדישע מתים. „מע דאַרף אויסגעפֿינען וויפֿל מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן און ווער האָט זיי דערמאָרדעט, כּדי ס׳זאָל מער ניט בלײַבן קיין ספֿקות וועגן דעם‟.
דער „אינסטיטוט פֿאַרן נאַציאָנאַלן זכּרון‟, וואָס ווערט אָנגעפֿירט דורך דער פּוילישער רעגירונג, האָט נאָך אַן אויספֿאָרשונג באַשטעטיקט, אַז צענדליקער פּוילישע אײַנוווינער פֿון יעדוואַבנע האָבן דערהרגעט, צום־ווייניקסטן, 340 ייִדן, אַרײַנגערעכנט אַ סך, וועמען מע האָט פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט אין אַ שײַטער. דער אינצידענט, איינער פֿון כאָטש צום־ווייניקסטן 20 פּוילישע פּאָגראָמען קעגן ייִדן בשעת אָדער גלײַך נאָכן חורבן, זענען געווען אומבאַקאַנט דעם ברייטערן פּוילישן עולם ביז 2001, ווען דער היסטאָריקער יאַן גראָס האָט אַרויסגעלאָזט אַ בוך וועגן דעם ענין.
דער בירגערמײַסטער כאַיעווסקי האָט אָבער דערקלערט, אַז „דער אינסטיטוט פֿונעם נאַציאָנאַלן היסטאָרישן זכּרון‟ האָט געפֿונען צענדליקער קוילן וווּ דער מאַסן־מאָרד איז פֿאָרגעקומען. „ס׳איז אין גאַנצן ניט קלאָר וואָס איז דאָרטן געשען‟.
רעוויזיאָניסטישע היסטאָריקער האַלטן, אַז די קוילן זײַנען אַ באַווײַז, אַז די עכטע מערדער זענען געווען דײַטשישע סאָלדאַטן, ווײַל צו יענער צײַט האָבן די פּאָליאַקן ניט געטאָרט טראָגן קיין ביקסן. די שחיטה איז פֿאָרגעקומען נאָך דעם וואָס די דײַטשן זענען שוין געווען אינעם שטעטל, אָבער לויטן גבֿית־עדות פֿון צענדליקער אײַנוווינער פֿונעם שטעטל, האָבן די אָרטיקע פּאָליאַקן אויסגעהרגעט די ייִדן.
דער היסטאָרישער אמת וועגן דער שחיטה אין יעדוואַבנע איז אַ סך פּאָליאַקן זייער שווער צו פֿאַרדײען, ווײַל זיי האַלטן אַז זייער לאַנד — וווּ די נאַציס האָבן דערמאָרדעט דרײַ מיליאָן פּאָליאַקן צוזאַמען מיט דרײַ מיליאָן פּוילישע ייִדן — איז אַליין געווען אַ קרבן פֿונעם נאַצישן גענאָציד. די אַנטפּלעקונגען וועגן דער שחיטה אין יעדוואַבנע האָט צום טייל צעשטערט דעם דאָזיקן היסטאָרישן נאַראַטיוו.
אין 2001 האָט מען אַ ביסל אויסגעגראָבן דאָס אָרט, וווּ די שחיטה איז פֿאָרגעקומען, אָבער מע האָט אויפֿגעהערט אויס מורא, אַז די אַרבעט גייט קעגן דער הלכה וואָס דערלאָזט ניט, מע זאָל אומזיסט צעשטערן ייִדישע קבֿרים. נאָך דעם, אָבער, וואָס די נײַע שטאַרק־רעכטע פּוילישע רעגירונג איז געקומען צו דער מאַכט, ווילן אַ סך מענטשן ווידער אויספֿאָרשן דעם ענין.
דער נײַער פּוילישער פּרעזידענט, אַנדזשיי דודאַ, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אָנערקענט, אַז פּאָליאַקן האָבן דערהרגעט ייִדן בעתן חורבן. פֿאַראַיאָרן האָט ער אָבער געטאַדלט דעם פֿריִערדיקן פּוילישן פּרעזידענט פֿאַרן האָבן געבעטן מחילה פֿאַר דעם וואָס איז געשען אין יעדוואַבנע און דערקלערט, אַז די פּאָליאַקן זענען ניט געווען שולדיק אין דעם.
„מיר האָבן ניט — ווי מיר ווערן פֿאַלש באַשולדיקט דורך אַנדערע — אָנטייל גענומען אינעם חורבן‟, האָט דודאַ דערקלערט בעת אַ טעלעוויזירטער דעבאַטע אין 2015. „גאָט אַליין ווייסט, אַז די פּאָליאַקן האָבן ניט אָנטייל גענומען אינעם חורבן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.