די„פּראָדוסערס‟ קלינגט נאָך בעסער אויף ייִדיש

"The Producers" Is Even Better in Yiddish


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 22, 2016, issue of July 27, 2016.

לעצטנס שטויס איך זיך אָן אין נסים, סײַ פֿון ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאַל, קאַנאַדע און סײַ דאָ אין פֿלאָרידע, אָבער וועגן פֿלאָרידע — אַן אַנדערט מאָל.

דער פֿאַקט וואָס מיר האָבן זיך אַרויסגעכאַפּט פֿון אונדזער טעאַטראַלן דלתּ אמות צו שפּילן ייִדישן טעאַטער אויף די הויכע אָקטאַוועס, מיינענדיק דערמיט צו געבן שבֿח דוד מאַנדלבוימען און זײַן „ייִדישן רעפּ־טעאַטער‟ פֿאַר זײַן פּיאָנערישן אײַנפֿאַל צו שטעלן „וואַרטנדיק אויף גאָדאָ‟ און „טויט פֿון אַ סיילסמען‟, און איצט דער מאָנטרעאַלער ייִדישער טעאַטער, געווידמעט דאָרע וואַסערמאַן, וועלכע האָט מיט יאָרן צוריק עטאַבלירט דעם ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאַל, קאַנאַדע און הײַנט גייט איר קינסטלעריש באַגאַבטע טאָכטער ברײַנע וואַסערמאַן אין דער מאַמעס פֿוסטריט, איז זי הײַנט צו טאָג באַקאַנט ווי דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿון דאָרע וואַסערמאַנס ייִדישן טעאַטער. און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן די קינסטלערישע עקזעקוטיוו דירעקטאָרשע ליסאַ רובין, וועלכע טוט אויף וווּנדער מיט איר אָפּקלײַב פֿון פּיעסעס.

וואָס אַן אמת האָב איך געדאַרפֿט אָנהייבן מיטן מענטש אַלווין סיגל, וואָס זײַן נאָמען באַשײַנט דעם Siegel Center for the Performing Arts דער ייִד מיט זײַן ריזיקער שטיצע און זײַן וויזיע. ער האָט אויפֿגעשטעלט אַ צענטער מיט אַ טעאַטער וואָס ענדלט כּמעט צו דער „מעטראָפּאַליטן אָפּערע‟, וואָס האָט אָפּגעקאָסט, הער איך אַרום 35 מיליאָן. וווּ נעמט מען אַזעלכע מעצענאַטן הײַנט צו טאָג?

צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאַל האָבן זיך פֿאַראייניקט צוויי ריזיקע אינסטיטוציעס, דער „דאָרע וואַסערמאַן ייִדישער טעאַטער‟ מיטן Cote Saint Luc Dramatic Society. אַרויסגעקומען דערפֿון איז אַ מײַסטערווערק פֿון דער פֿאָרשטעלונג The Producers. געשריבן האָט עס איינער פֿון די געלונגנסטע, שעפֿעריש־טעאַטראַליש, בינע, פֿילם און טעלעוויזיע קינסטלער, מעל ברוקס מיט אַ פֿאַנטאַסטיש אויג פֿאַר הומאָר, סאַטירע, איראָניע, סאַרקאַזם און, דער עיקר, וווּ מע לאַכט מיט יאַשטשערקעס, ווײַל ס’האָט צו טאָן מיט אונדזער ייִדישן אומגליק. איבערגעזעצט אויף ייִדיש האָט די שרײַבערין פֿון די שורות, מיט אַ טייל לידער איבערגעזעצט פֿון רײַזל פֿישמאַן קאַנדיב און אהרן גאָנשאַר.

קודם איז די פֿאָרשטעלונג געווען אויספֿאַרקויפֿט אַזוי אַז ס׳איז שווער געווען צו באַקומען בילעטן. צווייטנס — די הילכיקע אָוואַציעס; אויף דער בינע — 40 זינגענדיקע, טאַנצנדיקע יונגע אַקטיאָרן, פֿול מיט טרײַבקראַפֿט, ענטוזיאַזם און ייִדיש לשון פֿון זייערע מײַלער, כ׳בין שיעור נישט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון פּליושענעם בענקל. און ווען ס׳איז געקומען צום הויכפּונקט — דאָס ליד, Springtime For Hitler (דאָס האָט מען שוין געלאָזט אויף ענגליש), האָט עס איבערגעשטיגן די בראָדוויי־פֿאָרשטעלונג.

איך האָב געשטוינט, דער עולם האָט געשטוינט, די אַקטיאָרן האָבן מסתּמא אויך געשטוינט, וואָס מע קען אַלץ אויפֿטאָן אויב מע פּאַצאַפּעט אַ ריזיקע פּיעסע, מיט אַזאַ פֿאַרפֿאַסער מיט לידער ווי מעל ברוקס, און כ׳מוז זיך מודה זײַן, אויף ייִדיש האָט עס געהאַט טויזנט טעמען.

צווישן די טאַלענטירטע אַקטיאָרן זענען געווען סעם סטײַן, מײַקי סאַמראַ און אַלישאַ רויִס, אונטערן רעשזי פֿון אַניסאַ קאַמעראָן; דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר — ניק בורגעס, כאָרעאָגראַף דזשאַנאַטאַן פּעטערסאָן, און אַ שלל אַנדערע וואָס האָבן מיטגעאַרבעט הינטער די קוליסן.

אין דער פּיעסע זאָגט אונדז אויס מעל בוקס אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד: וואָס אַ בראָדוויי פּראָדוסער מוז אַלץ אויסשטיין אויף צו באַקומען אַ פּאָר מיליאָן שמאָליאַרעס אויפֿצושטעלן אַ פֿאָרשטעלונג. נאָך אַ דורכפֿאַל מוז ער נעבעך אָנקומען צו אַ חבֿרה אַלטיטשקע מיט געלט וואָס איידער זיי דערלאַנגען אים דאָס טשעקעלע, מוז ער זיי קושן אין בעקעלע אויב נישט נאָך העכער.

ביידע, מעקס און בלום, זוכן צו שטעלן דאָס מאָל אַ שמאַטע, אַ פּאַסקודסטווע פֿון אַ פּיעסע, זיי זאָלן האָבן אַ דורכפֿאַל און אַנטלויפֿן מיט די צוויי מיליאָן קיין ריאָ און דאָרט לעבן ווי גאָט אין אָדעס. געפֿינען זיי עפּעס אַ משוגענעם דײַטשן דראַמאַטורג וואָס האָט אָנגעשריבן אַ פּאַסקודנע פּיעסע וואָס הייסט Springtime For Hitler, אַ זיכערער דורכפֿאַל.

וואָס ווײַזט זיך אַרויס? דער עולם הערט נישט אויף צו לאַכן אַזוי ביטער־קאָמיש, אַזוי מוזיקאַליש אָפּלאַכעריש, אַזוי ביטער־זיס טאַנצנדיק איז עס.

די מיליאָנען שיטן זיך ווי די קאָזע באָבקעס, און דער אומגליק איז גרויס. ביידע האַלטן צווייערליי ביכער, איינס פֿאַר זיך און איינס פֿאַרן צינדזן־אָפּצאָל. מע כאַפּט זיי אויף הייסן און מע גייט אין חד־גדיא.

ווער האָט געקענט בעסער אָפּלאַכן און חוזק מאַכן פֿון היטלערן ווי טשאַרלי טשאַפּלין אין ,The Great Dictator וווּ ער שפּילט זיך אַרום מיטן גלאָבוס ווי מיט אַ פּילקע. מעל ברוקס האָט זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן טשאַפּלינס נאָכפֿאָלגער; טשאַפּלין — מיט אַ סובטילן הומאָר, ברוקס — מיט זײַן בעלקע איבערן קאָפּ, זוכנדיק דעם באַוווּסטזײַן פֿון דער וועלט וואָס האָט צוגעלאָזט אַזאַ דעספּאָט ווי היטלערן צוצוקומען צום אויבערשטן פֿון שטײַסל און פֿאַרניכטן אַ האַלבע וועלט.