אין אַ וווּנדער־שיינעם דינסטיק בײַנאַכט וואַרפֿט יעקבֿ שטײַנמעץ דעם לעצטן „פּיטש‟ פֿון דער בייסבאָל־שפּיל, וואָס דערפֿירט צו אַ גוט אויסגעפֿירטן „טאָפּעלטן אָוט‟ און דעם סוף פֿון אַ 10־0 נצחון פֿאַרן „ברוקלינער בלוסטאָרם‟, אַ מאַנשאַפֿט פֿון צוועלף־יאָריקע שפּילער.
זײַנע מיטשפּילער גיבן אים אָפּ אַ האַרציקן ישר־כּוח. ס׳איז שוין אַ באַקאַנטע סצענע פֿאַרן „בלוסטאָרם‟: די בייסבאָל־מאַנשאַפֿט האָט געוווּנען אַלע 24 שפּילן פֿונעם סעזאָן און וועט זיך דערפֿאַר פֿאַרמעסטן אין דער „עליט־וואָרלד־סעריז‟־טורנע אין אָרלאַנדאָ, פֿלאָרידע. יעקבֿ קלאַפּט 320. און איז אַן אויסגעצייכנטער „פּיטשער‟, וואָס מעקט אויס (strikes out) אַ העלפֿט פֿון די קלאַפּערס, וואָס פּרובירן צו שלאָגן זײַנע „פּיטשן‟.
די פֿאַרשידנאַרטיקע גרופּע ייִנגלעך האַלט שטאַרק פֿון יעקבֿן — און נישט בלויז אויפֿן בייסבאָל־פֿעלד. זיי ווײַזן אים אויך אַרויס שטיצע אינעם מאַנשאַפֿטס אָפֿטע פֿאַרמעסטן, וואָס קומען פֿאָר אום שבת.
יעקבֿ, איינער פֿון צוויי ייִדישע שפּילער אויף דער מאַנשאַפֿט, היט שבת און פֿאָרט דערפֿאַר ניט מיט קיין אויטאָ. ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער עליאָט, גייען מײַלן צופֿוס פֿונעם האָטעל ביז די בייסבאָל־פֿעלדער ווען די „בלוסטאָרם‟ שפּילט אום שבת אויסער דער שטאָט ניו־יאָרק. אַפֿילו ווען די מאַנשאַפֿט שפּילט יאָ אין ניו־יאָרק אום שבת דאַרף ער בלײַבן אין אַ האָטעל — די משפּחה שטײַנמעץ וווינט אין די „פֿײַוו־טאַונס‟ אויף „לאָנג־אײַלענד‟, ווײַט אַוועק פֿונעם פֿעלד, וווּ די מאַנשאַפֿט שפּילט אין ברוקלין.
זײַנע מיטשפּילער העלפֿן יעקבֿן שטענדיק אויס, ברענגנדיק זײַן בייסבאָל־הענטשקע, הילקע און אַנדער שפּילוואַרג מיט זיך אין זייערע אויטאָס צוזאַמען מיט זײַן כּשר עסן, כּדי יעקבֿ און זײַן פֿאָטער וועלן גאָרניט דאַרפֿן מיטשלעפּן.
בעת דער גרויסער טורנע אין אָרלאַנדאָ וועלן כאָטש אַ העלפֿט פֿון זײַן מאַנשאַפֿט אים באַגלייטן פֿונעם האָטעל ביזן שפּיל־פֿעלד. זיי האָבן געבעטן אַז זייערע טרענירער זאָלן ברענגען זייער שפּילוואַרג מיט זיך צום פֿעלד, כּדי זיי זאָלן קענען גיין צוזאַמען מיט יעקבֿן. זיי פּלאַנירן אויך זיך אומצוקערן צום האָטעל צוזאַמען מיט אים דורך די גאַסן פֿון אָרלאַנדאָ, אַפֿילו אין די וואַרעמע זומער־טעג.
„מיר וועלן הנאה האָבן‟, האָט געזאָגט יעקבֿ, וואָס לערנט זיך בײַ דער „העברעיִשער אַקאַדעמיע פֿון לאָנג־אײַלאַנד‟. „איך וועל זײַן צוזאַמען מיט דער גאַנצער מאַנשאַפֿט. בכלל איז עס זייער שיין, וויפֿל זיי האַלטן פֿון מיר‟.
די עלטערן פֿון די אַנדערע שפּילער האָבן אויך פֿאָרגעלייגט געדאַנקען, ווי אַזוי מע קען פֿאַרלײַכטערן יעקבֿס וועג. געוויסע אײַנפֿאַלן קלינגען אַ ביסל קאָמיש. איין פֿאָרשלאָג איז געווען, מע זאָל אַרײַלייגן יעקבֿן אין אַ וואָגן און צובינדן דעם וואָגן צו אַן אויטאָ. אַן אַנדער פֿאָרשלאָג איז געווען, אַז מע זאָל יעקבֿן „פֿאַרכאַפּן‟, ער זאָל ניט זײַן קיין וויליקער פּאַסאַזשיר. ווען יעקבֿ און זײַן משפּחה עסן ניט אויף די וועטשערעס וואָס די מאַנשאַפֿט עסט צוזאַמען, וווּנדערן זיך די אַנדערע, צי כּשר עסן באַטײַט, אַז אַ רבֿ האָט געבענטשט דאָס עסן, צי גאָר גאָט אַליין.
עס קען זײַן, אַז די נאַטור פֿון בייסבאָל, וואָס ווערט געשפּילט דורך אַ מאַנשאַפֿט, האָט אַ השפּעה אויף יעקבֿס מיטשפּילער. ס׳איז מעגלעך אויך, אַז די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון ניו־יאָרק בכלל, און פֿון ברוקלין בפֿרט, שפּילט אויך אַ ראָלע. אַלע אַטלעטן אויף דער מאַנשאַפֿט זענען ברוקלינער אײַנוווינער און די קולטורעלע אונטערשיידן זענען דערפֿאַר בײַ זיי ניט קיין גרויסע נאָווינע.
לין אַנדערסאָן, די מאַמע פֿון איינעם פֿון יעקבֿס מיטשפּילער, איז אַ לוטעראַנערין, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין „סונסעט־פּאַרק‟, אַ פּאָר געגנטן אַוועק פֿון „גרייווסענד‟, וווּ עס געפֿינט זיך דאָס היימפֿעלד פֿון דער מאַנשאַפֿט. זי געדענקט ווי זי האָט קינדווײַז געאַרבעט ווי אַ „שבת־גויע‟. איר פֿאָטער, אַלוויק קאָנגעוואָלד, איז געבוירן געוואָרן אין נאָרוועגיע. אַ סטאָליער, האָט ער שטענדיק געהאַט אַ סך ייִדישע קליענטן.
אַנדערסאָנס זון דזשעקאָב, אויך אַ „פּיטשער‟ פֿאַר דער „בלוסטאָרם‟, ווייסט אויך פֿון טאָלעראַנץ: ער לערנט זיך אין אַ קאַטוילישער שול אין ברוקלין אָבער ווערט ניט געצוווּנגען צו נעמען קיין „קאָמוניע‟ און ווערט ניט געטאַדלט דערפֿאַר, וואָס ער נעמט ניט אָנטייל אינעם ריטועל.
„מײַנע עלטערן האָבן מיך שטענדיק געלערנט, אַז אויב מע קען אַרויסהעלפֿן עמעצן, זאָל מען עס טאָן‟, האָט אַנדערסאָן דערקלערט.
טים פּעגועראָ, אַ דאָמיניקאַנער קאַטאָליק וועמענס פּלימעניק, דער „פּיטשער‟ דאַני קאָראָנאַ שפּילט פֿאַר דער „בלוסטאָרם‟ האָט דערקלערט, אַז דאָס אויסהעלפֿן יעקבֿן איז בײַ אים אַזוי ווי „דאָס העלפֿן אַ קרובֿ‟.
„דער מאַנשאַפֿט איז אַ שיין געמיש פֿון מענטשן‟, האָט טים ווײַטער דערקלערט. „איך זע עס ניט ווי איין ראַסע קעגן אַן אַנדערער. איך זע עס ניט ווי אַ ווײַס ייִנגל, אַ שוואַרץ ייִנגל און אַ שפּאַניש ייִנגל. מיר זענען אַלע ׳בלוסטאָרמניקעס׳‟.
דאַני קאָראָנאַס פֿאָטער, וואָס הייסט אויך דאַני קאָראָנאַ, איז דער טרענירער פֿון דער מאַנשאַפֿט. בעת ער האָט ווערבירט יעקבֿ פֿאַראַיאָרן האָט ער געביטן דעם צײַטפּלאַן פֿון דער טרעניר־פּראָגראַם בעתן ווינטער: דאָס פּראַקטיצירן קלאַפּן האָט ער אַריבערגעלייגט פֿון פֿרײַטיק־צו־נאַכט אויף מיטוואָך בײַנאַכט און דאָס פּראַקטיצירן אין פֿעלד האָט ער אַריבערגעפֿירט פֿון שבת אין דער פֿרי אויף זונטיק.
שטײַנמעץ האָט געהאַט געזאָגט דעם טרענירער אַז „מיר דערוואַרטן ניט, אַז איר זאָלט עפּעס בײַטן, כּדי אונדז אויסצוהעלפֿן. ס׳איז אונדזער פֿליכט, ניט אײַערער‟. די טרענירער, אָבער, זענען גרייט געווען צו בײַטן דעם צײַטפּלאַן, כּדי זיי צו פֿאַרגרינגערן דאָס לעבן.
דער יונגער בייסבאָל־שטערן ווערט באַלד 13 יאָר און וועט פּראַווען זײַן בר־מיצווה אָנהייב סעפּטעמבער. אַוודאי האָט ער פֿאַרבעטן די גאַנצע מאַנשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.