די שטאָט קאָנין געפֿינט זיך צווישן וואַרשע און פּויזן. הייסט עס, אין סאַמע האַרצן פֿון פּוילן. צווישן ביידע וועלט־מלחמות זענען ייִדן געווען אַ דריטל פֿון דער קאָנינער באַפֿלעקערונג.
ווי אין אַ סך פּוילישע שטעט און שטעטלעך זענען דווקא די ייִדישע תּושבֿים געוואָרן באַרימט אויף דער גאַנצער וועלט. נעמט, למשל, דעם פֿיזיקער לעאָפּאָלד אינפֿעלד וואָס האָט געלערנט פֿיזיק אין דער ייִדישער גימנאַזיע אין קאָנין פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אינפֿעלד איז געווען בשעתּו איינער פֿון די גרעסטע פֿיזיקער אויף דער וועלט. ער און אַלבערט אײַנשטײַן האָבן צוזאַמען געשריבן דאָס וויכטיקסטע פּאָפּולערע בוך וועגן פֿיזיק אין יענע יאָרן, „די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער פֿיזיק — פֿון די עלעמענטאַרע באַגריפֿן ביז דער טעאָריע פֿון רעלאַטיוויטעט און קוואַנטן‟. אינפֿעלד האָט אויך געשריבן נאָך אַ בוך, וואָס די מבֿינים לויבן אין הימל אַרײַן מיטן טיטל „אַ נײַער צוגאַנג צו קאָסמאָלאָגישער קינעמאַטיק‟. איך הייב נישט אָן צו וויסן וואָס דאָס מיינט. מיר איז נאָר קלאָר אַז די ייִדישע גימנאַזיע אין קאָנין, אַ דאַנק לערערס ווי אינפֿעלד, איז געשטאַנען אויף זייער אַ הויכן ניוואָ.
אין קאָנין איז געשטאַנען נאָך מיט עטלעכע טעג צוריק אַ שיינע שיל וואָס איז געבויט געוואָרן אין יאָר 1825. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן געוווינט אין קאָנין אַן ערך דרײַ טויזנט ייִדן. 46 פֿון זיי האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. נאָכן קריג האָבן די גוייִשע שכנים געמאַכט אַזאַ קבלת־פּנים פֿאַר די לעבן געבליבענע אַז זיי זענען אַלע אַנטלאָפֿן.
איך האָב געהערט ענלעכע באַריכטן פֿון אַנדערע שטעטלעך. גוייִשע שכנים וואָס זענען אַרײַן אין די ייִדישע הײַזער זענען נישט געווען אַנטציקט ווען די אַמאָליקע ייִדישע באַלעבאַטים זענען על־פּי־נס לעבן געבליבן און האָבן מיט אַמאָל זיך באַוויזן פֿאַר דער טיר.
די קאָנינער ייִדן, הייסט עס, זענען אַנטלאָפֿן, אָבער די אַלטע שיינע שיל איז געבליבן.
אין קאָמוניסטישן פּוילן האָט די שיל געדינט ווי אַ מאַגאַזין. נאָך דעם איז זי געוואָרן אַ ביבליאָטעק און מען האָט זי אַפֿילו רעמאָנטירט. זי איז געוואָרן ממש אַזוי שיין ווי פֿריִער. די קונסט־היסטאָריקער זאָגן אַז זי איז געבויט געוואָרן אינעם ביזאַנטישן־מאָוריטאַנישן סטיל.
ווען פּוילן איז געוואָרן צוריק קאַפּיטאַליסטיש, זענען די אַמאָליקע נאַציאָנאַליזירטע קלויסטערס צוריק אַרײַן אין די הענט פֿון דער קירך, און די קאָנפֿיסקירטע שילן — צוריק אין די הענט פֿון וועד הקהילות. לעצטנס האָט דער וועד הקהילות פֿאַרקויפֿט די שיל.
ווער האָט זי געקויפֿט? אַ פֿירמע וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט חיות, עסן פֿאַר חיות וכדומה. די פֿירמע האָט אַ פּאַסיקן נאָמען און דווקא אויף ענגליש: ANIMAL הייסט זי. די פֿירמע האָט מסתּמא בדעה צו בויען א מאָדערנעם אײַנקויף־צענטער פֿאַר ליבהאָבער פֿון חיות אויפֿן אָרט פון דער אַלטער שיל.
ווי סע זאָל נישט זײַן, האָט די פֿירמע „אַנימאַל‟ געשיקט מיט עטלעכע טעג צוריק אַ בולדאָזער וואָס האָט במשך פֿון עטלעכע שעה געמאַכט אַ סוף צו דער שיינער היסטאָרישער שיל.
אין אַ געווויסער מאָס איז שטאָקהאָלם אונדז נעענטער ווי, לאָמיר זאָגן, ברעסלע [ווראָצלאַוו].
דער געאָגראַפֿישער מרחק איז אפֿשר גרעסער אָבער דאָס פֿליִען קיין שטאָקהאָלם איז באַקוועמער און אַפֿילו ביליקער.
אין שוועדן לעבן אַ היפּשע צאָל אַזוי גערופֿענע מאַרצניקעס, דאָס הייסט פּוילישע ייִדן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון דאַנען בשעת דער גרויסער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע אין 1968. זיי זענען געבליבן אין נאָענטן קאָנטאַקט מיט אונדז, דאָ אין פּוילן. שוועדישע סטודענטן קומען יאָר אײַן יאָר אויס אויף די ייִדיש־זומער־קורסן אין וואַרשע.
און עס איז דאָ פֿאַראַן אויך דער פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדיש אין שוועדן. דער פֿאַרבאַנד איז אַן אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע. זינט יאָר 2000 איז ייִדיש אָנערקענט געוואָרן ווי אַ נאַציאָנאַלע מיעוט־שפּראַך אין שוועדן. דער פֿאַרבאַנד איז געגרינדעט געוואָרן אין 1976 אונטער דעם נאָמען „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור אין שוועדן‟. ער האָט פֿאַר אַ ציל, אַזוי דערקלערן זײַנע מיטגלידער, צו ווירקן פֿאַר פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדיש — סײַ שפּראַכיקע, סײַ קולטורעלע.
געזאָגט און געטאָן. דער ייִדישער שוועדישער פֿאַרבאַנד אָרגאַניזירט אַ ייִדיש־צוזאַמענטרעף טאַקע אין שטאָקהאָלם דעם ערשטן סוף־וואָך פֿון אויגוסט. די שוועדישע ייִדישיסטן וועלן פֿאַרברענגען דרײַ טעג מיט באַקאַנטע ייִדיש־פּערזענלעכקײטן ווי שבֿע צוקער פון אַמעריקע, דער זינגער קאַרסטען טרויקע פון דײַטשלאַנד און די זינגעגרין און כּלל־טוערין בענטע קאַהאַן פֿון פּוילן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.