דער גלויבן אינעם „עין־הרע‟ איז פֿאַרשפּרייט אין גאָר אַ סך לענדער, דער עיקר, אינעם מיטעלן־מיזרח, אַרום דעם מיטלענדישן ים (למשל, אין גריכנלאַנד, איטאַליע, שפּאַניע), און אין לאַטײַן־אַמעריקע.
כאָטש דער באַגריף פֿון אַ „בייז אויג‟ באַווײַזט זיך זעלטן אינעם תּנ״ך, האָט עס מיט דער צײַט אָנגעהויבן שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין ייִדישקייט — און אַזוי אויך אינעם גאַנצן ראַיאָן פֿונעם מיטעלן־מיזרח. לויט איין טעאָריע, האָט אַלכּסנדר מוקדון געהאָלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן די דאָזיקע זאַבאַבאָנע, צוזאַמען מיט דער גריכישער שפּראַך און קולטור, דורך זײַנע מיליטערישע קאַמפּאַניעס אין אַנאַטאָליע, ישׂראל, מעסאָפּאָטאַמיע, עגיפּטן, פּערסיע, און אַפֿילו אינדיע.
אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַלטע ייִדישע זאַבאַבאָנעס, וואָס זײַנען פֿאַרגעסן געוואָרן, האָט זיך דער גלויבן אינעם „עין־הרע‟ אָנגעהאַלטן ביזן הײַנטיקן טאָג אין אַ סך פֿרומע קהילות. ייִדן ניצן ווײַטער פֿאַרשיידענע קמיעות, ברכות, און אָפּשפּרעכענישן, כּדי זיך צו פֿאַרהיטן אָדער פּטור צו ווערן פֿון אַ בייז אויג. ד״ר איציק גאָטעסמאַן, אַן איצטיקער קאָרעספּאָנדענט און פֿריִערדיקער אַסאָציִיִרטער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟, וועט האַלטן אַ רעדע וועגן די דאָזיקע אַלטע טראַדיציעס אין דער „מיד־מאַנהעטן־ביבליאָטעק‟ אויף 40סטער גאַס און 5טן עוועניו, דאָנערשטיק, דעם 4טן אויגוסט, 6:30 אין אָוונט. ווי אַ מומחה אויפֿן געביט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס האָט געפֿאָרשט אין אַמעריקע, מעקסיקע, ישׂראל, און אין אַ סך לענדער אין אייראָפּע, האָט גאָטעסמאַן אַ סך טשיקאַווע זאַכן צו ווײַזן דעם עולם, ווי, למשל, די כּישוף־שפּראָכן, וואָס ייִדן ניצן, בפֿרט פֿאַר קינדער און אַנדערע ייִדן וואָס געפֿינען זיך אין אַ שוואַכן מצבֿ.
די לעקציע איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל און דער זאַל איז צוטריטלעך פֿאַר מענטשן אין אַ רעדלשטול.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.