ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין מיטן פּרעזידענט פֿון פּאַראַגװײַ, האָראַסיאָ קאַרטעס, דעם 18טן יולי, אין ירושלים
Getty Images
דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין מיטן פּרעזידענט פֿון פּאַראַגװײַ, האָראַסיאָ קאַרטעס, דעם 18טן יולי, אין ירושלים

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 27, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ צעשטערטע שטימונג אויף דער פֿאַרזאַמלונג פֿון יוגנט־דעלעגאַטן

אַ צוזאַמענקום פֿון פֿאָרשטייערס פֿון יוגנט־אָרגאַניזאַציעס אינעם פּרעזידענטן־הויז דעם 15טן יולי איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ סקאַנדאַל. מען איז געװויר געװאָרן אַז אַ פּראָ־נאַצישע גרופּע, פֿאָרשטייערס פֿון דער פּאַרטיי „די פֿאָן פֿון די שכנים‟, האָט זיך אויך באַטייליקט, און פֿירערס פֿון דער אָפּאָזיציע האָבן דאָס אויסגעניצט, זאָגנדיק אַז די רעגירונג שטיצט דעם נאַציזם.

דער פּראָ־סעקרעטאַר פֿאַר דער יוגנט האָט דערקלערט אַז זיי האָבן זיך בכּיװן אַרײַנגעשמוגלט פֿאַר רעקלאַמע־צװעקן. נאָך דער הזכּרה װוּ מען האָט דערמאָנט די 85 קרבנות פֿונעם אַטענטאַט אויף דער קהילה און װוּ אַלע רעדנערס האָבן קריטיקירט די פֿריִערדיקע רעגירונג איבער זייער פּאָליטיק לגבי דעם ענין, האָבן די אָנהענגערס פֿון קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער דערקלערט, אַז די קהילה און די „דאַיאַ‟ זײַנען הכנעהדיק צו דער רעגירונג װאָס שטיצט דעם נאַציזם. ייִדישע פֿאָרשטייערס און ייִדישע דעפּוטאַטן האָבן דאָס געלייקנט און דערקלערט אַז דער װאָס טראַכט דאָס איז אַ טענדענציעזער איגנאָראַנט.


פּראָקוראָרן באַשליסן צו עפֿענען נײַע אויספֿאָרשונג פֿון אַטענטאַט אויף קהילה־בנין

די פּראָקוראָרן װאָס פֿאָרשן־אויס דעם אַטענטאַט אויף דער קהילה האָבן דעם 19טן יולי דערקלערט, אַז זיי האָבן זיך אָנגעטראָפֿן אין געפֿערלעכע טעותן און בכּיװנדיקע שריט װאָס האָבן פֿאַרדעקט אָן אַ שיעור דעטאַלן. דעריבער האָבן זיי באַשלאָסן צו קאָנטראָלירן אַלע דאָקומענטן װאָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט במשך פֿון די 22 יאָר און צו דערעפֿענען פֿון דאָס נײַ די גאַנצע אויספֿאָרשונג. אפֿשר װעט מען איצט דערגיין צו עפּעס.


פּאַראַגװײַער פּרעזידענט מאַנועל קאַרטעס כאַראַ באַזוכט ישׂראל

דער פּאַראַגװײַער פּרעזידענט מאַנועל קאַרטעס כאַראַ האָט באַזוכט ישׂראל במשך 3 טעג. דאָס איז דער ערשטער באַזוך פֿון אַ פּאַראַגװײַער פּרעזידענט אין דער ייִדישער מדינה. דעם 18טן יולי האָט ער פֿאַרפֿלאַנצט אַן איילבערטבוים אין אַ װאַלד פֿון קרן־קיימת װי אַ צייכן פֿאַר שלום און לזכר די קרבנות פֿונעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. קאָלאָמביע און פּאַראַגװײַ זײַנען די איינציקע לאַטײַן־אַמעריקאַנער מדינות װאָס שטיצן ישׂראל אָן שום באַדינגונגען.


ספּעציעלע הזכּרה־צערעמאָניע פֿאַר פּראָמינענטער פֿיגור נאָך דער פֿאַרשוועכונג פֿון זײַן קבֿר

דער קבֿר פֿון צעזאַר כאַראָסלאַװסי, אין װיקטאָריאַ, ענטרע ריאָס, איז פֿאַרשװעכט געװאָרן מיט האַקנקרײַצן. אַ זון פֿון די ערשטע קאָלאָניעס פֿון באַראָן הירש, איז ער אין די 1980ער יאָרן געװען אַ פּראָמינענטע פּאָליטישע פֿיגור, אָנערקענט פֿון אַלע פּאָליטישע ריכטונגען. דעם 24סטן יולי האָט דורכגעפֿירט אַ ספּעציעלע הזכּרה.


פּרעמיערע פֿון פֿילם וועגן שפּאַנישן ראַטירער פֿון אונגערישע ייִדן

דינסטיק, דעם 26סטן יולי איז פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון דעם פֿילם „דער קרײַצװעג פֿון סאַנז־בריז‟. דער פֿילם שפּיגלט אָפּ דאָס לעבן פֿון דעם שפּאַנישן דיפּלאָמאַט, אַנהעל סאַנז־בריז, װאָס האָט אין 1944 מיט פֿאַלשע דאָקומענטן געראַטעװעט דאָס לעבן פֿון 5,500 אונגערישע ייִדן. חיים װאַנדאָר, איינער פֿון די געראַטעװעטע, האָט דאָס דערציילט, און דער רעזשיסאָר פֿון פֿילם, כאָסע אַנטאָנאָי גאָנזאַלעס, איז שטאַרק געלויבט געוואָרן.


בראַזיל וועט ניצן ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגיע צו קאָנטראָלירן די זיכערהייט בעת דער אָלימפּיאַדע

צװישן דעם 5טן און 21סטן אויגוסט װעלן פֿאָרקומען די אָלימפּיאַדעס אין בראַזיל, און די צרות האָבן זיך שוין אָנגעהויבן. די פּאָליציי האָט מיט אַ װאָך צוריק אַרעסטירט אַ גרופּע 12 יוגנטלעכע, װאָס האָט פּלאַנירט דורכפֿירן טעראָריסטישע אַטאַקעס בעת די פֿאַרמעסטן. „דאַעש‟ (ISIS) טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן פּלאַנירטן אַטאַק. די ישׂראלדיקע דעלעגאַציע איז שוין אָנגעקומען מיט דער באַגלייטונג פֿון אַ גרעסערע צאָל סאָלדאַטן װאָט װעט זיי פֿאַרטיידיקן. די בראַזיליאַנער רעגירונג האָט באַטאָנט, אַז די זיכערקייט פֿון דער גאַנצער אָלימפּיאַדע װעט קאָנטראָלירן ווערן דורך אַ טעכנאָלאָגישע פּראָגראַם װאָס דער העברעיִשער אוניװערסיטעט פֿון ירושלים האָט פּאַטענטירט אונטערן נאָמען BriefCam און װאָס װערט פאַררעכנט װי דער בעסטער מיטל צו קאָנטראָלירן מאַסן מענטשן.


ייִדישע קהילה אין אורוגווײַ פּראַוועט איר 100סט יאָר

די קהילה אין אורוגװײַ האָט געפֿײַערט 100 יאָר עקזיסטענץ, זינט אַ גרופּע אימיגראַנטן האָט זיך פֿאַרזאַמלט צו זאָרגן פֿאַר אַ חבֿרה־קדישה. דעלעגאַציעס פֿון לאַטײַן־אַמעריקע האָבן זיך באַטייליקט אויף דער פֿײַערונג.


אַ בקשה בײַ „יונעסקאָ‟ צו דערקלערן מאָזעסוויל אַן „אייגנטום פֿון דער מענטשהייט‟

דער אוניװערסיטעט פֿון לאַ פּלאַטאַ, אַ 50 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס, און דער שמעון װיזנטאַל־צענטער, האָבן צוגעשטעלט אין דער זיצונג פֿון דער „יונעסקאָ‟, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין פּעטערבורג, די דאָקומענטאַציע, אַז מאָזעסװיל, די ערשטע אַגראַר־קאָלאָניע אין דרום־אַמעריקע זאָל דערקלערט װערן װי „אייגנטום פֿון דער מענטשהייט‟. די אַרבעט האָט געדויערט אַ 3 יאָר און דאָס װעט קענען פֿאַרװאַנדלען מאָזעסװיל אין אַ לעבעדיקן מוזיי פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע אין אַרגענטינע. הײַנט װוינען אין מאָזעסװיל 2,500 מענטשן; 10% פֿון זיי — ייִדן.