ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow


פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published July 28, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מע הייבט אָן קאַטאַלאָגירן ייִדישע מצבֿות אין די קליינע שטעט

דער צענטער פֿאַר פֿאָדערן דאָס לערנען ייִדישע לימודים אין רוסלענדישע אוניווערסיטעטן, „ספֿר‟, איז ממשיך זײַנע זומער־פּראָגראַמען. די וואָך האָט זיך אָנגעהויבן זײַן פּראָגראַם אין בריאַנסקער געגנט אין מערבֿ־רוסלאַנד. די באַטייליקטע פֿאַרנעמען זיך מיט עפּיגראַפֿיק און עטנאָגראַפֿיע. עפּיגראַפֿיסטן מאַכן מאַפּעס און קאַטאַלאָגן פֿון ייִדישע מצבֿות אויף בית־עלמינס אין קליינע שטעט — סוראַזש, נאָוואָזיבקאָוו, סטאַראָדוב און אַנדערע. עטנאָגראַפֿן פֿרעגן אויס היגע תּושבֿים — אי ייִדן אי גויים — כּדי צו באַשרײַבן דאָס ייִדישע לעבן דאָ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.

די טעג איז אַרויס אַ בוך וואָס פֿאַרסך־הכּלט די טעטיקייט פֿון אַ פּראָגראַם פֿון „ספֿר‟ וואָס איז פֿאַרגעקומען מיט אַ יאָר צוריק אין לאַטגאַליע — אַרטיקלען וועגן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון געשיכטע, עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר פֿון לאַטגאַלער ייִדן.


צווישן־רעליגיעזע יוגנט־אַסיפֿה דיסקוטירט די טעמע, צוזאַמענאַרבעט צווישן רעליגיעס אין רוסלאַנד

אַ ידיעה פֿון וולאַדימירער געגנט (ניט ווײַט פֿון מאָסקווע). דאָרטן איז פֿאָרגעקומען אַ יוגנט־אַסיפֿה מיטן נאָמען „טעריטאָריע פֿון זינען‟, אָרגאַניזירט פֿון פֿעדעראַלע אַגענטורן פֿאַר יוגנט און פֿאַר נאַציעס און עטלעכע אַנדערע מלוכישע אינסטאַנצן. אין ראַמען פֿון דער אַסיפֿה איז פֿאָרגעקומען אַ דיסקוסיע, געווידמעט דער טעמע פֿון דיאַלאָג און צוזאַמענאַרבעט צווישן רעליגיעס אין רוסלאַנד, וואָס אין איר האָבן אָנטייל גענומען פֿאַרטרעטער פֿון פֿיר רעליגיעס (פּראַוואָסלאַוויע, בודיזם, איסלאַם און יהדות), בתוכם דער רבֿ פֿון מאָסקווע, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון ליטוואַקישע יייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד‟, ר’ שמעון לוין.


קאָמיסיע אין פּערם וועט אויספֿאָרשן צי באַזײַטיקונג פֿון טעאַטער־רעזשיסאָר איז געווען לעגאַל

מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר דערציילט וועגן אַ סקאַנדאַל אַרום אַ ייִדישן טעאַטער־רעזשיסאָר אין פּערם. באָריס מילגראַם, דער רעזשיסער און דער הויפּט פֿון אַ טעאַטער אין פּערם, איז געווען באַשולדיקט אין ברעכן פֿאַרשיידענע כּללים און דינסט־אינסטרוקציעס, און איז באַזײַטיקט געוואָרן. זײַן באַזײַטיקונג האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקן אָפּרוף אין טעאַטער־ און קונסט־קרײַזן, און אַ ריי קולטור־טוער האָבן אָנגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו, טענהנדיק אַז מילגראַם איז באַזײַטיקט געוואָרן צוליב פּאָליטישע מאָטיוון און בעטנדיק אומצוקערן אים אויף זײַן שטעלע. די וואָך האָט דער בריוו געהאַט אַ גרויסע השפּעה: דער גובערנאַטאָר האָט אָרגאַניזירט אַ באַזונדערע קאָמיסיע, וואָס מוז אויספֿאָרשן דעם ענין און באַשליסן אויף וויפֿל דאָס באַזײַטיקן מילגראַמען איז געווען לעגאַל. דערווײַל איז אויף אַ צײַט באַזײַטיקט געוואָרן דער קולטור־מיניסטער פֿון פּערמער קאַנט.


ישׂראל וויל אָרגאַניזירן פֿליִען צווישן ישׂראל און קאַזאַן, אופֿאַ און אַנדערע רוסלענדישע שטעט

צו די אַנדערע נײַעס. דער טוריזם־מיניסטעריום פֿון ישׂראל פּלאַנירט צו אַנטוויקלען אַ פּראָגראַם פֿון מיטאַרבעט מיט פֿלי־קאָמפּאַניעס. דער מיניסטעריום וועט סובסידירן זייערע פֿליִען צו און פֿון פֿליפֿעלד אויף בן־גוריונס נאָמען. עס גייט די רייד אויך וועגן פֿליִען פֿון עטלעכע רוסלענדישע שטעט, בתוכם קאַזאַן, אופֿאַ, ניזשני־נאָווגאָראָד, טשעליאַבינסק און אַנדערע. דאָס זענען גענוג גרויסע שטעט וואָס האָבן אי ייִדישע קהילות, אי גענוג תּושבֿים וואָס באַזוכן (אָדער וועלן באַזוכן) מדינת־ישׂראל ווי טוריסטן.


ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר צבֿי חפֿץ און נאָוואָסיבירסקער גובערנאַטאָר דיסקוטירן עקאָנאָמישע צוזאַמענאַרבעט

דער אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד, צבֿי חפץ, האָט באַזוכט די גרעסטע שטאָט פֿון מערבֿ־סיביר — נאָוואָסיבירסק — און האָט זיך געטראָפֿן מיטן גובערנאַטאָר פֿון נאָוואָסיבירסקער געגנט. די רייד אויף דער באַגעגעניש איז געגאַנגען, קודם־כּל, וועגן עקאָנאָמישער צוזאַמענאַרבעט (ס’איז דאָ האַנדל צווישן ישׂראל און נאָוואָסיבירסקער געגנט), וועגן צוקונפֿטיקע ישׂראלדיקע אינוועסטיציעס אין דער געגנט און וועגן די היגע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס וואָס ווערן געשטיצט פֿון דער היגער רעגירונג.


אַ נײַע מיקווה אין אָמסק, סיביר

אין אַן אַנדער גרויסער סיבירער שטאָט, אָמסק, האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע מיקווה, געבויט פֿון היגע ייִדישע געשעפֿטסלײַט. אויפֿן חנוכּת־הבית פֿון דער מיקווה זענען געקומען בכּבֿודיקע געסט, בתוכם דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלענדישן חב”ד ר’ בערל לאַזאַר, דער גובערנאַטאָר פֿון אָמסקער געגנט און דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט. עס לעבן איצט אַרום 15-20 טויזנט ייִדן אין אָמסקער געגנט, און איצט אַנטוויקלט זיך דאָרטן די ייִדישע רעליגיעזע טעטיקייט. ווײַטער וועט איבערגעבויט ווערן דער בנין פֿון דער גרויסער שיל פֿון דער שטאָט.


פּעטערבורגער קהילה און „הלל‟ פֿירן דורך אונטערנעמונג לטובֿת די אינוואַלידן

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון פּעטערבורג. די היגע ייִדישע קהילה און די ייִדישע סטונדענטישע אָרגאַניזאַציע „הלל‟ האָבן דורכגעפֿירט אַן אונטערנעמונג לטובֿת די אינוואַלידן. די אַקטיוויסטן פֿון דער קהילה האָבן אויסגעפֿאָרשט דעם צענטער שטאָט און געפֿונען דאָרטן ערטער, וואָס זענען צוטריטלעך פֿאַר אינוואַלידן, און געמאַכט אַ מאַפּע פֿון אַזעלכע ערטער. צום באַדויערן, זענען אַזעלכע ערטער נאָך ווייניק אין פּעטערבורג, מאָסקווע און אַנדערע שטעט אין רוסלאַנד.