אַ קאָנסטיטוציאָנעלער געריכט אין פּוילן האָט אָפּגעוואָרפֿן אַ פֿאָרשלאָג אָפּצושאַפֿן אַ געזעץ, וואָס קריטיקער האַלטן, אַז עס שטערט די ייִדן, וואָס ווילן צוריקבאַקומען אייגנטומס אין וואַרשע, וואָס זייערע משפּחות האָבן אַ מאָל פֿאַרמאָגט.
דער פּוילישער קאָנסטיטוציאָנעלער טריבונאַל האָט לעצטנס געפּסקנט אויף אַ בקשה פֿון דער „אַלוועלטלעכער ייִדישער רעסטיטוציע־אָרגאַניזאַציע‟ צו באַשליסן, צי אַ געזעץ, וואָס עס האָט פֿאַראַיאָרן באַשטעטיקט דער פּוילישער פּאַרלאַמענט, איז קאָנסטיטוציאָנעל. דאָס געזעץ באַגרענעצט די רעכט פֿון די, וואָס ווילן באַקומען רעסטיטוציע פֿאַר פּריוואַטע פֿאַרמעגנס אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט.
די „אַלוועלטלעכע ייִדישע רעסטיטוציע־אָרגאַניזאַציע‟, באַקאַנט ווי די WJRO לויט זײַנע ענגלישע ראָשי־תּיבֿות, שטעלט זיך אַקעגן דעם געזעץ, ווײַל ס׳שליסט אויס די, וואָס ווילן צוריקבאַקומען זייער משפּחהס פֿאַרמעגנס אָבער האָבן פֿאַרפֿעלט דעם טערמין אַרײַנצשיקן אַ חזקה. דער פֿריִערדיקער טערמין איז געווען אין 1988, ווען ס׳רובֿ פֿון די, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן האָבן ניט געוווּסט, אַז מע האָט בכלל געמאַכט אַזאַ טערמין.
דאָס געזעץ פֿירט אַריבער אַלע פֿאַרמעגנס, אָדער צו דער מלוכישער קאַסע, אָדער צו דער שטאָט וואַרשע, סײַדן די געוועזענע אייגנטימער אָדער זייערע קרובֿים טרעטן זיך אַרויס פֿאַר 2017 און דערווײַזן, אַז זיי האָבן אַ רעכט צו די פֿאַרמעגנס.
די WRJO האָט דערקלערט דער פּרעסע, אַז זי איז „אַנטוישט‟ מיטן פּסק, ווײַל „ער מעקט אויס אַלע רעכט פֿון די, וואָס זענען ניט אויסגעטראָטן אָדער האָבן זיך ניט געקענט אויסטרעטן, ווײַל, למשל, זיי האָבן בכלל ניט געוווּסט, אַז זיי האָבן אַ רעכט צו זייער געוועזענעם אייגנטום‟.
דאָס געזעץ שטערט אויך די רעכט פֿון געוועזענע אייגנטימער צו פּרובירן צוריקצובאַקומען אַנדערע מינים פֿאַרמעגנס, אַרײַנגערעכנט די, וואָס עס נוצן הײַנט אויס די פּוילישע רעגירונג.
גדעון טיילאָר, דער דירעקטאָר פֿון דער WJRO האָט דערקלערט דער „ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור‟, אַז „דער דאָזיקער פּסק ווײַזט בולט אָן פֿאַר וואָס פּוילן דאַרף, סוף־כּל־סוף, טאָן וואָס עס האָבן שוין געטאָן אַלע אַנדערע לענדער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד: שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלע פּראָגראַם, וואָס זאָל געבן אַלע ייִדישע און ניט־ייִדישע אייגנטימער, און זייערע משפּחות, די געלעגנהייט צו בעטן רעסטיטוציע. איצט, ווען די סאַמע לעצטע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה ווערן וואָס עלטער, איז די צײַט פֿאַר פּוילן צו טאָן עפּעס וועגן דעם‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.