וויליאַמסבורגער חסידים זאָרגן זיך איבער דער L-באַן

Williamsburg Hasidim Worried About L Train Stoppage

Getty Images

פֿון דזשאַש נתן־קאַזיס

Published July 31, 2016, issue of August 29, 2016.

ניט בלויז די „היפּסטערס‟ זאָרגן זיך וועגן דעם, וואָס עס וועלן במשך פֿון 18 חדשים ניט פֿאָרן קיין L־באַנען צווישן מאַנהעטן און ברוקלין. אַ סך סאַטמאַרער חסידים אין וויליאַמסבורג זענען אויך שטאַרק באַזאָרגט צוליב דער ווירקונג, וואָס דאָס וועט האָבן אויף דער אָרטיקער גרונט־מיסחר־אינדוסטריע.

די L־באַן, וואָס פֿאָרט פֿון מאַנהעטן קיין קאַנאַרסי אינעם סאַמע עק ברוקלין, וועט ניט פֿאָרן פֿון ווינטער 2019 ביז זומער 2020 ווײַל די „שטאַטישע טראַנפּאָרט־אַגענטור‟ (MTA) דאַרף פֿאַרריכטן די טונעלן אונטערן טײַך צווישן מאַנהעטן און ברוקלין, וואָס זענען געשעדיקט געוואָרן פֿונעם מעכטיקן הוריגאַן „סענדי‟ אין 2012. מע שאַצט אָפּ, אַז 225,000 מענטשן פֿאָרן טאָג־טעגלעך מיט דער באַן פֿון ברוקלין קיין מאַנהעטן און צוריק.

כאָטש די חסידישע ייִדן אין וויליאַמסבורג געפֿינען זיך אויף דרום פֿון די סטאַנציעס, וווּ עס שטעלט זיך אָפּ די L־באַן, פֿאַרמאָגן די חסידים אַ סך דירות־הײַזער און אַנדערע בנינים אין צפֿון־וויליאַמסבורג, וווּ מענטשן פֿאַרלאָזן זיך אויף דער L־באַן. אויב די ווערט פֿון די דירות־הײַזער און אַנדער גרונטאייגנס פֿאַלט צוליב דעם, וואָס עס פֿאָרט ניט די L־באַן, וועט עס קענען שאַטן די פּרנסה פֿון אַ סך וויליאַמסבורגער חסידים.

„אַ סך חסידישע בעלי־בתּים פֿאַרמאָגן דירות־הײַזער לעבן דער L־באַן און זיי האָבן דאָך היפּאָטעקן און שטײַערן, וואָס זיי דאַרפֿן אָפּצאָלן‟, האָט דערקלערט יצחק סופֿר, אַ סאַטמאַרער עסקן.

The Real Deal, אַן אויסגאַבע וואָס דעקט ענינים פֿאַרבונדן מיט גרונט־מיסחר אין ניו־יאָרק, האָט איבערגעגעבן, אַז אַנאַליסטן און אָבסערוואַטאָרן האַלטן, אַז דאָס דירה־געלט וואָס מע קען מאָנען פֿאַר די דירות לעבן דער L־באַן וועט שטאַרק פֿאַלן נאָך דעם וואָס עס פֿאָרט ניט מער די באַן. לויט אַ באַריכט אין DNAInfo, פֿאַלן שוין די פּרײַזן פֿון קאָנדאָמיניומס אין דער געגנט.

עס האַנדלט זיך ניט בלויז וועגן די חסידישע בעלי־בתּים אַליין, נאָר אויך און ובפֿרט וועגן די פֿילצאָליקע היימישע ייִדן, וואָס אַרבעטן פֿאַר זיי ווי בויער, אויפֿזעער, מעקלער פֿון דירות און אַזוי ווײַטער. כאָטש מע קען געפֿינען סאַטמאַרער ייִדן וואָס אַרבעטן אין גרונט־מיסחר איבער דער גאַנצער שטאָט ניו־יאָרק, איז דער שטח לעבן דער L-באַן גאַנץ וויכטיק ווײַל ס׳איז אַזוי נאָענט צו דער חסידישער קהילה, און ווײַל אַ סך חסידים פֿאַרמאָגן דאָרטן איינגטום.

„אַ סך היימישע יונגע־לײַט וואָס אַרבעטן אין דער בוי־אינדוסטריע וועלן האָבן ווייניקער אַרבעט‟, האָט דערקלערט אַ מעקלער וואָס אַרבעט אין גרונט־מיסחר און וויל בלײַבן אַנאָנים. דער מעקלער האָט ווײַטער דערקלערט, אַז די בעלי־בתּים האָפֿן, אַז זיי וועלן קענען אָנהאַלטן זייערע לאָקאַטאָרן דורכן מאָנען ווייניקער געלט במשך פֿון דער צײַט ווען עס וועט ניט פֿאָרן די L־באַן.

הרבֿ משה־דוד נידערמאַן, דער אָנפֿירער פֿונעם ראָט „די פֿאַראייניקטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון וויליאַמסבורג‟ און איינער פֿון די הויפּט־עסקנים בײַ די אָנהענגער פֿונעם סאַטמאַרער רבין זלמן־לייב טייטלבוים, האָט דערקלערט, אַז די וויליאַמסבורגער ייִדן זענען באַזאָרגט צוליב דעם, וואָס מע וועט אָפּשטעלן די באַן. „וואָס ס’שאַט מענטשן אין צפֿון־וויליאַמסבורג און גרינפּוינט שאַט אונדז אויך‟, האָט ער דערקלערט דעם Forward. „מיר האָבן די זעלביקע זאָרגן וועגן דעם ווי אונדזערע שכנים‟.