אין אַ פּאָר מאָמענטן אין דער געשיכטע פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער סיכסוך האָט אויסגעזען, אַז עפּעס אַ פֿרידלעכער טריט פֿאָרויס איז מעגלעך. אָנהייב 1990ער יאָרן זענען בסוד־סודות פֿאָרגעקומען אין אָסלאָ, נאָרוועגיע אַ סעריע געשפּרעכן צווישן ישׂראלים און פּאַלעסטינער פֿון דער PLO (די פּאַלעסטינער באַפֿרײַונג־אָרגאַניזאַציע). נאָך עטלעכע רונדעס געשפּרעכן זענען זיי געוואָרן אָפֿיציעל, און לסוף האָבן זיי דערפֿירט צו אַ דערקלעראַציע פֿון פּרינציפּן, צו דער באַרימטער האַנטדריקונג צווישן ראַבין און אַראַפֿאַט אין וואַשינגטאָן, און צו אַן עפּעס נעפּלדיקער סקיצע פֿון ווי אַזוי מען דאַרף פֿאָרויסגיין מיט דעם פּראָצעס.
איצטער, מיט 20 יאָר שפּעטער, איז געקומען די צײַט צו קוקן אויף צוריק און צו עקזאַמינירן די אומשטענדן פֿון יענער צײַט צו פֿרעגן בדיעבֿד, וואָס האָט געטויגט און וואָס נישט אין יענעם פּראָצעס? צי מע קען פֿון אים שעפּן עפּעס אַ מוסר־השׂכּל פֿאַרן הײַנט? דערצו, מיטן גאַנצן פֿעסטיוואַל אַרום דעם גראָזגאָרטן, דעם ווײַסן־הויז און פּרעזידענט ביל קלינטאָן,וואָס שטייט צווישן די צוויי פֿירערס, זענען צום טייל פֿאַרגעסן געוואָרן די אמתדיקע אינציאַטאָרן פֿונעם פּראָצעס. דאָך אָן זייערע עקשנותדיקע באַמיִונגען הינטער די קוליסן איז בכלל נישט געווען לכתּחילה וועגן וואָס צו רעדן. פּונקט מיט די טעמעס באַשעפֿטיקט זיך די נײַע אָף־בראָדוויי־פּיעסע „אָסלאָ” (OSLO), וואָס מען פֿירט די טעג אויף בײַם לינקאָלן־צענטער ביזן סוף־אויגוסט.
די צוויי העלדן און נאַראַטאָרן פֿון דער פּיעסע זענען דאָס נאָרוועגישע פּאָרפֿאָלק מאָנאַ יול און טעריע ראָ־לאַרשן. זייערע געשטאַלטן דריקן זיך אויס אין זייער עצם מהות די אַזוי גערופֿענע „קונסט פֿון דער דיפּלאָמאַטיע”. יול (די אַקטריסע דזשניפֿער על) איז אַ נאָרוועגישע דיפּלאָמאַטקע, וואָס אירע יאָרן אין עגיפּטן מיט איר מאַן ראָ־לאַרשן (דזשעפֿערסאָן מייס), אַ סאָציאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר, האָבן אויף זיי ביידע משפּיע געווען צו שטרעבן צום געפֿינען אַ לייזונג צום ישׂראל־פּאַלעסטינער סיכסוך. זיי שאַפֿן פֿאַרבינדונגען אויף ביידע זײַטן, און אין 1992 קומען זיי מיטן געדאַנק צו פֿונקציאָנירן ווי די פֿאַרמיטלערס פֿון שלום־פֿאַרהאַנדלונגען. אַמעריקע, פֿירן זיי אויס, ווערט באַגריפֿן ווי אַ נישט־נייטראַלער שפּילער לטובֿת ישׂראל. די ישועה וועט נישט קומען פֿון דאָרט. דאַרפֿן זיי אַליין אויסטראַכטן אַ פּלאַן.
האָבן זיי, ווי מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אָנגעטראָפֿן אויף אָן אַ שיִער שוועריקייטן. בײַם אָנהייב פֿון די געשפּרעכן איז אַפֿילו לויטן ישׂראלדיקן געזעץ געווען אומגעזעצלעך פֿאַר ישׂראלים זיך צו טרעפֿן מיט PLO־מיטגלידער. דערצו האָבן זיי דעם סוד צו ערשט געמוזט היטן פֿונעם נאָרוועגישן אויסערן־מיניסטער. די צענטראַלע פֿיגור אויף דער פּאַלעסטינער זײַט איז געווען אַכמעד קוריע (באַקאַנט מער ווי אַבו־אַלאַ, געשפּילט דורך אַנטאָני אַזיזי). אויף דער ישׂראל־זײַט איז דער מוח געווען יאָסי ביילין (אַדאַם דאַנהײַסער), שמעון פּרסעס וויצע־אויסלאַנד־מיניסטער. דאָס איז ביילין געווען דער, וואָס האָט געשיקט די ישׂראלדיקע דעלעגאַטן אָן פּרסעס וויסן. און ווײַטער האָט ער מיט חכמה מאַנערווירט צווישן די פֿאַרשידענע פּאַרשוינען און סיטואַציעס.
דער דראַמאַטורג דזשיי. טי. ראָדזשערס האָט געהאַט זייער אַ האַרבע מיסיע צו שאַפֿן באַגלייבטע דיאַלאָגן צווישן צום מערסטנס נאָך לעבעדיקע פּאַרשוינען פֿון אַ ריי־קולטורן, וואָס קומען זיך צונויף אין אַ שלאָס ערגעץ אין דער שניייִקער שטאָט אָסלאָ. די סכּנה פֿונעם אונטערגעבן זיך קולטור־סטריאָטיפּן איז אין אַזאַ פֿאַל אַ ממשותדיקע. באַמערקט מען דאָס אַ ביסל ווען די ישׂראלים פֿאַרמאָגן דעם ייִדישלעכן הומאָר, די טיפּישע חוצפּה, אָדער ביידע (בולט אין אורי סבֿירס געשטאַלט). און די פּאַלעסטינער שרײַען אַ סך און רעדן פֿון הויכע געזעלשאַפֿטלעכע אידעאַלן. אָבער אַלע באַטייליקטע ווערן צו ביסלעך פֿאַרווייכערט איינער כּלפּי דעם אַנדערן עסנדיק און טרינקענדיק די פֿײַנע נאָרוועגישע מאכלים און משקאָות. אָט די פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער שפּילט אַ קאַרדינאַלע ראָלע אין אַ פּראָצעס, וואָס האָט געדויערט ווייניקער ווי אַ יאָר און האָט מיטן אונטערשרײַבן אין 1994 אַריבערגעשטיגן אַלע האָפֿענונגען.
די פּיעסע איז זייער אַ גוט געמאַכטע פּאָליטישע דראַמע. זי היט אויף אַ גוטן טעמפּאָ דורכויס, און אירע דרײַ שעה גייען גיך פֿאַרבײַ. די אַקטיאָרן טוען אַלע אַ באַגלייבטע אַרבעט און באַוועגן זיך מײַסטערהאַפֿטיק אויף דער פֿלאַכער־אונטערשטער בינע. ס’איז בולט דאָ די גוטע רעזשיסאָרישע אַרבעט פֿון באַרטלעט שער, וואָס ניצט דערצו ווידעאָס און קלאַנגען וואָס פֿאַרשטאַרקן דאָס געפֿיל פֿון דראַמאַטישער אײַליקייט. ער האָט שיין געשטעלט די אַקטיאָרן און ס’האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו ווײַזן די האָפֿענונגען און די ספֿקות אין שײַכות מיט דעם פּראָצעס. ס’איז נאָר אַ שאָד, וואָס קיין ביליקע בילעטן זענען נישט בנימצא, און דער פּרײַז, $87 וועט מסתּמא פֿון איר דערווײַטערן גרעסערע געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.