העכער 5,500 אױסטראַלישע סאָלדאַטן זײַנען אומגעקומען דעם 20סטן יולי, 1916, אינעם פֿראַנצױזישן שטעטל פֿראָמעל, במשך פֿונעם דאָרטיקן שלאַכט. לױט אױסטראַלישע היסטאָריקערס, איז דאָס דער ערגסטער טאָג אין דער געשיכטע פֿון לאַנד. צװישן די געפֿאַלענע אױסטראַליער זײַנען געװען 12 ייִדישע סאָלדאַטן.
פּיטער אַלען, דער נאַציאָנאַלער קאָאָרדינאַטאָר פֿונעם הונדערט יאָר „אַנזאַק‟ ייִדישן פּראָגראַם („אַנזאַק“ איז אַ פֿאַרקירצונג פֿון די װערטער „אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד אַרמײ קאָרפּס“; די פֿאַרקירצונג איז גענוצט געװאָרן צום ערשטן מאָל בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה), האָט פֿאַרגעשטעלט דאָס אױסטראַלישע ייִדנטום אױף דער צערעמאָניע װאָס איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אין פֿראַנקרײַך אָפּצומערקן 100 יאָר נאָכן שלאַכט. ער נעמט אױך אָנטײל אינעם פּראָיעקט צו נוצן „די־ען־אײ‟ צו דערקענען דעם אידענטיטעט פֿון אומבאַקאַנטע מתים, סאָלדאַטן װעלכע זײַנען אומגעקומען בעתן שלאַכט צו באַפֿרײַען פֿראָמעל פֿון די דײַטשן.
זײַענדיק אױפֿן לאָקאַלן מיליטערישן בית־עולם, האָט אַלען געלײגט אַ קראַנץ אױפֿן קבֿר פֿונעם אױסטראַלישן סאָלדאַט, בערל מענדעלסאָן. ער האָט אױך געלײגט אַ קראַנץ אױפֿן לאָקאַלן מיליטערישן בית־עולם לעבן דעם שטעטל פּאָזיערס, װוּ 20 ייִדישע סאָלדאַטן זײַנען אומגעקומען במשך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמהדיקער מיליטערישער קאָמפּאַניע צו באַפֿרײַען די שטעטלעך פּאָזיערס און מוקעט, װאָס האָט געדױערט גאַנצע זעקס װאָכן. די צערעמאָניע אָפּצומערקן 100 יאָר נאָכן שלאַכט איז פֿאָרגעקומען אין פּאָזיערס דעם 23סטן יולי ה”י.
פּיטער אַלען האָט אױסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז מע װעט נאָך קענען דערקענען די מתים פֿון די ייִדישע סאָלדאַטן ליאָנעל העראָלד לוי און יוסף דע פּאַסע אַ דאַנק די „די־ען־איי‟־טעסטן, װעלכע האָבן דערװײַל געהאָלפֿן דערקענען די מתים פֿון 144 אױסטראַלישע סאָלדאַטן פֿון יענער צײַט.
דער סידנעיער ייִדישער מוזעום האָט געמאָלדן די װאָך אַז ער האָט אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיטן אוניװערסיטעט פֿון ניו סאַוט װײלס בשותּפֿות אַרױסצוגעבן אַ בוך װעגן ייִדן אינעם אױסטראַלישן מיליטער, װאָס איז געשריבן געװאָרן פֿונעם לאָקאַלן היסטאָריקער, מאַרק דײפּין.
דער באַקאַנטער מעלבורנער יוריסט אַלען גאָלדבערג, װאָס האָט געדינט װי אַ ריכטער פֿונעם אױסטראַלישן הױפּט־געריכט, פֿון 1997 ביז 2011, איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 76 יאָר.
גאָלדבערג האָט אױך געדינט װי אַן עצה־געבער בײַם עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום און װי דער פּרעזידענט פֿון דער עלטסטער שיל אין מעלבורן, די אָרטאָדאָקסישע מעלבורנער שיל. די אױסטראַלישע רעגירונג האָט גאָלדבערגן צוגעטײלט דעם כּבֿוד פֿון װערן אַן אָפֿיציר פֿונעם אָרדן פֿון אױסטראַליע אינעם יאָר 2005 צוליב זײַנע יוריסטישע פֿאַרדינסטן; זײַנע פֿאַרדינסטן װי אַן אונטערשטיצער פֿון מענטשן־רעכט און ציװילע פֿרײַהײַטן, װי אױך פֿאַר זײַנע פֿאַרדינסטן װי אַן אונטערשטיצער פֿון דער קונסט אין אױסטראַליע. ער איז געװען אַ דירעקטאָר פֿונעם „טאַראַ־װאַראַ קונסט־מוזעום‟. גאָלדבערג איז געװען דער פּרעזידענט פֿונעם װיקטאָרישן ראַט פֿאַר ציװילע פֿרײַהײַטן. ער איז אױך געװען אַ מיט־גרינדער פֿון דער יורעספּרודענץ־שול בײַ סװינבורן אוניװערסיטעט און האָט באַקומען אַן ערן־דאָקטאָראַט פֿון סװינבורן אוניװערסיטעט אין 2015. דערצו איז ער געװען אַ לעבן־לאַנגער מיטגליד פֿונעם מעלבורנער סימפֿאָנישן אָרקעסטער און איז געזעסן אױף זײַן דירעקטאָרן־ראַט. דאָס אַלץ האָט גאָלדבערג באַװיזן טראָץ דעם װאָס ער האָט געליטן פֿון פּאַרקינסאָנס.
אַלען גאָלדבערג האָט געשטאַמט פֿון ענגלישע ייִדן פֿון דער מאַמעס צד און פֿונעם טאַטנס צד. זײַנער אַן עלטער־עלטער זײדע איז אַפֿילו געװען אַ מיט־גרינדער פֿון דער עלטסטער ייִדישער שיל אין מעלבורן, אין 1837, אין די ערשטע יאָרן װען מעלבורן איז טאַקע געװען נאָר אַ שטעטל בײַם טײַך יאַרראַ. גאָלדבערג האָט זיך געלערנט יוריספּרודענץ בײַם מעלבורנער אוניװערסיטעט אונטערן אױפֿזיכט פֿונעם אַדװאָקאַט סער זעלמאַן קאַוען, װאָס איז שפּעטער געװאָרן דער צװײטער ייִדישער גאָװערנאָר־גענעראַל פֿון אױסטראַליע. דערנאָך האָט גאָלדבערג זיך געלערנט אין יעל־אוניװערסיטעט אין אַמעריקע.
אַלען גאָלדבערג האָט געהאַט פֿיל הצלחה אין לעבן, כאָטש ער איז דורכגעפֿאַלן אין זײַן פּרוּװ אָנגענומען צו װערן װי אַ פּאַרלאַמענטאַרער קאַנדידאַט פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ. ער האָט רעקאָרדירט אַ מינדלעכע אױטאָביאָגראַפֿיע, װאָס ער האָט איבערגעלאָזט זײַן פֿרױ, זײַנע קינדער און אײניקלעך, אין אײנעם מיט זײַן גוטן נאָמען.
כּבֿוד זײַן אָנדענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.