„שטילער, שטילער, לאָמיר שװײַגן…‟
ש. קאַטשערגינסקיס ליד איז געװען די לאָזונג פֿונעם פּויפּסט פֿראַנסיס, װען ער האָט דעם 29סטן יולי, דעם 3טן טאָג פֿון זײַן באַזוך אין פּוילן, באַזוכט אוישװיץ־בירקענוי.
די װעלכע האָבן געקענט דעם קאַרדינאַל בערגאָגליאָ איידער ער איז געװאָרן דער פּויפּסט פֿראַנסיס, זײַנען געװען זיכער אַז זײַן אויפֿפֿירונג װעט איבערשטײַגן דעם צוגאַנג צום חורבן, װי די פֿריִערדיקע פּויפּסטן — װויטילאַ, יאָהאַן פּאַולוס דער צװייטער און בענעדיקטוס דער 16טער (זשאָסעף ראַצינגער) — האָבן עס געטאָן װען זיי האָבן באַזוכט אוישװיץ.
דער פּוילישער פּויפּסט יאָהאַן פּאַולוס דער צװייטער, למשל, האָט דעם 7טן יוני 1979 גערעדט פֿון די קרבנות, ספּעציעל פֿון די פּאָליאַקן, און נישט דערמאָנט די ייִדן. בענעדיקטוס האָט דעם 28סטן מײַ 2006 אַפֿילו נישט דערמאָנט דעם חורבן און געזאָגט אַז מען האָט פֿאַרשװעכט גאָט. פֿראַנסיס איז אַליין אַרײַן דורכן טויער װאָס דערקלערט אַז „אַרבעט מאַכט פֿרײַ‟, צוגעגאַנגען צו דער װאַנט, זי אָנגערירט און שטילערהייט און װי פֿאַר זיך געשעפּטשעט אַ תּפֿילה.
נאָכן באַזוכן אַלע סעקטאָרן פֿון אוישוויץ האָט ער זיך געטראָפֿן מיט 11 לעבן־געבליבענע פֿונעם אומברענג־לאַגער, זיי געגלעט, געבענטשט און גערעדט װעגן שוידער און גרויל פֿון דעם װאָס איז דאָרטן פֿאָרגעקומען. ער האָט זיך אויך געטראָפֿן מיט משפּחות פֿון 25 מענטשן, וואָס האָבן געראַטעװעט ייִדן בעתן חורבן און וואָס „יד־ושם‟ האָט באַשטימט פֿאַר חסידי אומות העולם. װען פֿראַנסיס האָט באַזוכט דעם לאַגער האָט אַ חזן געזונגען „ממעמקים‟. אינעם בוך װוּ די באַזוכער דריקן אויס זייערע איבערלעבונגען האָט דער פּויפּסט געשריבן:
„האַר, האָב רחמונות אויף אונדז.
האַר, זײַ אונדז מוחל פֿאַר אַזאַ אַכזריותדיקייט.‟
פֿראַנסיס
29־7־2016
די פּאָליציי האָט אַרעסטירט צװיי יונגע לײַט פֿון 21 יאָר, װאָס האָבן פּובליקירט אויף „טװיטער‟, פֿאַרשטעלטערהייט, בילדער פֿונעם פּרעזידענטן־הויז מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון באָמבעס און אַראַבישע אויפֿשריפֿטן. אַ ספּעציעלע פֿעדעראַלע אָפּטיילונג װאָס קאָנטראָלירט די אינטערנעץ האָט זיי באַלד געכאַפּט. די מאַמע פֿון איינעם פֿון זיי האָט דערקלערט אַז דאָס איז געװען „אַ שטיפֿערײַ און אַ נאַרישקייט פֿון אַן אידיאָט‟, און אַז זיי זײַנען נישט קיין טעראָריסטן. אפֿשר איז דאָס אַזוי, אָבער דאָס װײַזט װי אַזוי די װעלט שטייט אויף דער װאַך קעגן אַזעלכע דערשײַנונגען.
די פּאָליציי אין בראַזיל האָט געכאַפּט נאָך אַ טעראָריסט װאָס האָט געהאַלטן אין צוגרייטן אַן איבערפֿאַל אין ריאָ דע זשאַנייראָ בעת דער אָלימפּיאַדע. מען האָט ביז איצט אַרעסטירט 10 מענטשן.
די רוסישע װעבזײַט „ספּאָטניק־נײַס‟ האָט פּובליקירט אַ ידיעה װאָס האָט באַאומרויִקט דעם ייִדישן ישובֿ אין אַרגענטינע. זיי האָבן איבערגעגעבן אַז רוסלאַנד האָט דערטאַפּט אַ צעל פֿון „דעאַש‟ [ISIS] אין דער צפֿונדיקער פּראָװינץ קאָריענטעס, אַ 1,000 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס. דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט אויסגעדריקט זײַן חשד אַז זיי זענען אפֿשר פֿאַרבונדן מיט אַן אַטאַקע װאָס דער ספּאָרטקלוב „מכּבי‟ האָט געליטן אין דער שכנותדיקער פּראָװינץ סאַנטאַ פֿע און װוּ מען האָט געפֿונען פֿלי־בלעטלעך און אויפֿשריפֿטן פֿון דער טעראָריסטישער גרופּע. די זיכערקייט־מיניסטאָרין פּאַטריסיאַ בולריטש האָט געזאָגט אַז די רעגירונג האָט אָנגענומען מיטלען װאָס זי האָט נישט צו־װיסן געגעבן. דער דירעקטאָר פֿון װיזנטאַל־צענטער אין אַרגענטינע, ד״ר אַריאל געלבלונג האָט דערקלערט אַז מען טאָר נישט אויסשליסן אַרגענטינע פֿון די שטאַפּלען װאָס די טעראָר־אָרגאַניזאַציע באַניצט: רעקרוטירן, טרענירונג און אָרגאַניזירן טעראָריסטישע צעלן.
מיט אַ ספּעציעלער לעקציע פֿון רפֿאל װינטער האָט מען דערמאָנט ברוך שפּינאָזאַן, װאָס איז דעם 27סטן יולי 1656 אַרײַנגעלייגט אין חרם, װען ער איז אַלט געװען 24 יאָר. דער פֿילאָסאָף איז נאָך ביז הײַנט נישט רעהאַביליטירט געװאָרן, כאָטש דער ערשטער ישׂראלדיקער פּרעמיער דוד בן־גוריון האָט געפּרוּװט בשעתּו דאָס צו טאָן און דאָס נישט געפּועלט בײַ די רבנישע אויטאָריטעטן. שפּינאָזאַ איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון 45 יאָר אין יאָר 1677.
מיטװאָך דעם 27סטן יולי האָט דער שרײַבער־װאַרשטאַט פֿאַרן עלטערן דור, וואָס קומט פֿאָר אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, פּרעזענטירט איר אויסגאַבע „פֿון אונדז — געשיכטעס פֿאַר קינדער‟. דער באַקאַנטער שרײַבער און לערער אַמעליאָ גאַרסיאַ פֿירט אָן מיט דעם װאַרשטאַט װוּ זיידעס און באָבעס שרײַבן ספּעציעל פֿאַרן ייִנגערן דור. דער װאַרשטאַט האָט שוין פּובליקירט 3 ביכער. אין דעם בוך, האָבן די מעשׂיות „דער ים פֿון דער פֿאַנטאַזיע‟, „דעם זיידנס אוצר‟ און „די צײַטן פֿון יאָר‟ שטאַרק אויסגענומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.