די קרובֿים פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פּויליש־ייִדישן מוזיקער וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן, וועמענס לעבנס־געשיכטע מע האָט געשילדערט אינעם באַקאַנטן פֿילם „דער פּיאַניסט‟, האָט געוווּנען אַ יורידישן אָנקלאָג קעגן דער מחברטע און פֿאַרלעגער פֿון אַ בוך וואָס טענהט, אַז ער האָט קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס.
לויט אַ באַריכט פֿון דער נײַעס־אַגענטור Agence France Presse, האָבן די אַלמנה און זון פֿון וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן מאָנטיק אַנאָנסירט, אַז זיי האָבן געוווּנען זייער אָנקלאָג קעגן דער מחברטע פֿון אַ ביאָגראַפֿיע וועגן דער פּויליש־ייִדישער זינגערין ווירע גראַן. אין דער ביאָגראַפֿיע האָט די מחברטע, אַגאַטאַ טושינסקאַ, געטענהט, אַז שפּילמאַן האָט קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס. גראַן, מיט וועמען שפּילמאַן האָט אַמאָל געשפּילט, ווערט יאָרן־לאַנג באַטראַכט ווי אַ מעגלעכע נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרין.
אין 2013 האָט דאָס וואַרשעווער אַפּעליר־געריכט בטל געמאַכט אַ פּסק־דין פֿון אַן אַנדער געריכט וואָס האָט געהאַלטן, אַז דער מחברטעס טענה ווערט באַשיצט אַ דאַנק איר רעכט צו וואָרט־פֿרײַהייט.
לויטן פּסק־דין מוזן טושינסקאַ און איר פֿאַרלאַג זיך אַנטשולדיקן במשך פֿון די קומענדיקע 15 טעג און אַרויסנעמען די טיילן פֿונעם בוך וועגן שפּילמאַן אין אַלע קומענדיקע אויפֿלאַגעס פֿון דער ביאָגראַפֿיע איבער ווירע גראַן.
„דער דאָזיקער פּסק־דין וועט דערמעגלעכן, אַז די עטישע סטאַנדאַרדן אין פּוילן זאָלן זיך פֿאַרבעסערן, און אַז מע זאָל איבערקלערן דעם אומפּינקטלעכן פֿאַרשטאַנד פֿונעם באַגריף ׳וואָרט־פֿרײַהייט׳‟, האָט געזאָגט אַנדריי שפּילמאַן, דער זון פֿונעם מוזיקער.
ראָמאַן פּאָלאַנסקיס פֿילם וועגן שפּילמאַן, „דער פּיאַניסט‟, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט אין 2002, האָט געוווּנען דרײַ „אָסקאַרס‟. דער פֿילם האָט געשילדערט ווי אַזוי שפּילמאַנס מוזיקאַלישע קאַריערע האָט אים געהאָלפֿן איבערצולעבן די וואַרשעווער געטאָ. שפּילמאַן איז געשטאָרבן אין 2000.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.