מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט דער „פֿאָרווערטס‟ באַשלאָסן אַרײַנצוציִען מער פֿרויען ווי מיטאַרבעטער, וואָס זאָלן אונדז העלפֿן שאַפֿן נאָוואַטאָרישע מאַטעריאַלן פֿאַר דער וועבזײַט.
איינע פֿון זיי איז אַ 23־יאָריקע בלאָגערין אויף ייִדיש, מיטן קלינגעוודיקן נאָמען ריקי רויז. ריקי איז דערצויגן געוואָרן בײַ די סאַטמערער חסידים, און כאָטש זי טראָגט הײַנט אַ שייטל ווי אַנדערע פֿרומע ווײַבלעך, האָט זי אויך ליב צו זינגען, מאָדעלירן קליידער און שרײַבן פּערזענלעכע אַרטיקלען פֿאַרן ברייטן עולם — זאַכן וואָס פֿרויען זענען נישט דערלויבט צו טאָן אין די שטאַרק־פֿרומע קרײַזן.
אַז איך האָב זיך באַקענט מיט ריקי, איז מיר צום מערסטן געפֿעלן איר נאַטירלעך ייִדיש־רעדן. בדרך־כּלל, ווען איך פּרוּוו כאַפּן אַ שמועס אויף ייִדיש מיט אַ חסידישער אָדער געוועזענער חסידישער פֿרוי, ענטפֿערט זי מיר אויף ענגליש. בײַ ריקי איז פֿאַרקערט: נישט בלויז האָט זי ליב צו שמועסן און זיך וויצלען אויף מאַמע־לשון, נאָר זי ניצט עס אַפֿילו אויף אירע אָנזאָגן אין דער דיגיטאַלישער מעדיאַ. אויף „טוויטער‟ שרײַבט זי איר „העשטעג‟ (אַ וואָרט אָדער פֿראַזע וואָס באַשרײַבט די מעלדונג) אויף ייִדיש, ווי, למשל: #בייםברעגים [בײַם ברעג ים] אָדער #זאַמדאיבעראַל [זאַמד איבעראַל].
באַלד ווי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אײַנגעפֿירט דעם בלאָג „דורך ריקיס אויגן‟ אויף דער וועבזײַט, האָט מען דערזען אַ חילוק: ריקיס אַרטיקלען און ווידעאָס ציִען צו פֿיר מאָל אַזוי פֿיל באַזוכער ווי אַ געוויינטלעכער מאַטעריאַל.
נאָך מער אינטערעסאַנט, איז וואָס אַ סך פֿון די באַזוכער זענען חסידישע. ווי ווייסן מיר דאָס? ווײַל אַ דאַנק Google Analytics — אַ וועב־באַדינונג, וואָס גיט איבער וויפֿל מענטשן באַזוכן יעדן אַרטיקל, אוידיאָ אָדער ווידעאָ אויף אַ געוויסער וועבזײַט — זעען מיר אַז אַ סך פֿון די לייענער און צוקוקער געפֿינען זיך אין וויליאַמסבורג און קרית־יואל.
ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד אַז הײַנט האָבן ס׳רובֿ דערוואַקסענע חסידים „סמאַרטפֿאָנס‟, און ניצן די אינטערנעץ. אַפֿילו די וואָס האָבן אַ „כּשרן‟ טעלעפֿאָן, באַטייליקן זיך אָפֿט אין WhatsApp, וואָס דערלויבט זיי, אַפֿילו אָן אַ סמאַרטפֿאָן, זיך צו טיילן מיט טעקסט, בילדער און ווידעאָס וואָס קומען פֿון דער אינטערנעץ.
ריקיס בלאָג איז אַ פֿאַרשידנאַרטיקער. איר ערשטער בײַטראָג איז געווען אַ ווידעאָ, וואָס ווײַזט ווי מע באַשמירט זיך מיט קאָסמעטיק אויף ייִדיש (איך האָב אַליין נישט געוווּסט, אַז דאָס ייִדישע וואָרט פֿאַר eyelid איז „אויגן־לעפּל‟). אַ צווייט מאָל האָט זי אָנגעשריבן אַ רירנדיקן עסיי, וואָס באַשרײַבט ווי אַזוי זי און איר מאַמע פּרוּוון מיט אַלע כּוחות בלײַבן נאָענט, כאָטש ריקי ווייסט גוט, ווי אַנטוישט איז די מאַמע אין איר. די דריטע איז געווען אַ סאַטירע וועגן די צניעותדיקע קליידער וואָס ווײַבער און מיידלעך מוזן טראָגן אין די הייסע זומערטעג, און איר לעצטער — אַ פֿעליעטאָן וועגן דעם אונטערשייד צווישן דער וואַקאַציע פֿון אַ חסיד און דער וואַקאַציע פֿון זײַן ווײַב.
נו, ווער איז טאַקע די ריקי רויז? געבוירן אין וויליאַמסבורג בײַ אַ מאַמע פֿון בני־ברק און אַ טאַטע — אַ ניו־יאָרקער, האָט זי זיך געלערנט אין דער שול „בעקבי־הצאן‟ („נאָך מער עקסטרעם ווי סאַטמער‟, זאָגט זי). זי איז געווען צופֿרידן אין שול און האָט תּמיד געהאַט אַ סך חבֿרטעס, אָבער שוין ווי אַ יונג מיידל האָט איר פֿאַרדראָסן, וואָס זי קען נישט טראָגן געוויסע קליידער וואָס געפֿעלן איר.
„איך פֿלעג גיין אין די גויִישע ביליגע געשעפֿטן נעבן וויליאַמסבורג, אַזוי ווי ׳ריינבאָו׳, און אַלץ קוקן אויף די קליידער און טראַכטן: אַ שאָד, וואָס כ׳וועל עס קיין מאָל נישט קענען האָבן…‟
ווען זי איז שוין געווען אַ מיידל אין די יאָרן — 19־20 יאָר אַלט — האָט מען איר אָנגעהויבן צוטראָגן שידוכים, אָבער ריקיס טאַטן איז עס נישט געפֿעלן געוואָרן. „ער האָט נישט געהאַלטן, אַז קינדער זאָלן אַזוי יונג חתונה האָבן,‟ האָט ריקי געזאָגט. ס׳איז איר סײַ־ווי נישט געווען גרינג צו געפֿינען אַ חתן, ווײַל זי האָט שוין דעמאָלט געהאַט גאָר אייגנאַרטיקע אינטערעסן פֿאַר אַ חסידיש מיידל. זי האָט ליב געהאַט צו זינגען, און אַליין געשריבן לידער אויף ייִדיש; אָדער בעסער געזאָגט — צוגעפּאַסט ייִדישע ווערטער צו „גוייִשע‟ לידער. אַ פֿרײַנד אירס האָט איין מאָל געוויזן אירע לידער צו אַ באַקאַנטן מוזיקער בײַ די חסידישע חתונות, יואלי ווײַס, זענען די לידער אים אַזוי געפֿעלן, אַז ער האָט געבעטן איר טעלעפֿאָן און איר געשיקט אַ טעקסט. אין גיכן האָבן זיי פֿאַרפֿירט אַ שמועס טעלעפֿאָניש, וואָס האָט געדויערט מער ווי אַ שעה.
„כ׳האָב שוין געזען, אַז ער איז נישט ווי די אַנדערע בחורים, וואָס ווייסן בכלל נישט ווי צו שמועסן,‟ האָט ריקי געזאָגט. „ער איז טאַקע געווען פֿאַראינטערעסירט אין מײַן לעבן. האָב איך אים געפֿרעגט: ׳ווילסט אַרויסגיין מיט מיר?׳‟
אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די ליבע צווישן זיי, כאָטש זיי האָבן זיך תּמיד געמוזט טרעפֿן באַהאַלטענערהייט. „כ׳האָב נישט געוואָלט וויי טאָן די עלטערן,‟ האָט זי געזאָגט. נאָך 1/2־2 חדשים האָבן זיי אָבער באַשלאָסן, אַז זיי ווילן חתונה האָבן.
„ווען איך האָב געזאָגט מײַן מאַמען האָט זי געהאַט אַ פּאַניק־אַטאַק, און דער טאַטע האָט בכלל נישט מסכּים געווען מיטן שידוך. האָבן מיר אַליין געמאַכט אַ ׳וואָרט׳ [פֿאַרקנסונג־שׂימחה], און אַ סך, אַ סך פֿרײַנד זענען געקומען. זיי האָבן מיך שטאַרק אונטערגעשטיצט, זיי זענען ממש געוואָרן מײַן משפּחה.‟
צוויי טעג נאָכן „וואָרט‟ איז אָבער פֿאָרגעקומען אַן אומגעריכטע זאַך. ריקיס באָבע־זיידע, די עלטערן פֿון איר טאַטן, האָבן זיך געוואָנדן צו זייער זון, זאָגנדיק: „וואָס מאַכסטו זיך נאַריש?‟ און זיי האָבן שוין אַליין געמאַכט אַ וואָרט פֿאַר חתן־כּלה. מע האָט געמאַכט די תּנאים און געבראָכן טעלער, אַזוי ווי סע פּאַסט פֿאַר אַ חסידישער משפּחה.
מיט 1/2־2 חדשים שפּעטער האָט דאָס גליקלעכע פּאָרל חתונה געהאַט. „ס׳זענען געקומען ממש טויזנטער מענטשן,‟ האָט ריקי באַמערקט מיט באַוווּנדערונג. „יואלי איז אַזוי פּאָפּולער, יעדער קען אים!‟
הײַנט אַרבעט ריקי פֿולצײַטיק אין אַ געזונט־קליניק אין באָראָ־פּאַרק, וווּ זי רעדט ייִדיש כּמעט אַ גאַנצן טאָג מיט די חסידישע פּאַציענטן וואָס קומען אַרײַן. ווען כ’האָב זי געפֿרעגט פֿאַר וואָס אַנדערע חסידישע פֿרויען ענטפֿערן מיר אויף ענגליש, האָט ריקי געענטפֿערט, אַז בײַ די מענער איז ייִדיש „קול‟ — „אָבער פֿרויען קוקןּ אויף דעם אַראָפּ‟.
„פֿאַר וואָס זשע ביסטו אַנדערש?‟ האָב איך געפֿרעגט.
ענטפֿערט ריקי: „וועסט אפֿשר נישט גלייבן, אָבער ווען איך בין געווען ייִנגער, בין איך געווען אַ שטיקל ׳טאָמבוי׳… די מענער האָבן גערעדט ייִדיש — און איך האָב געוואָלט זײַן אַזוי ווי זיי.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.