ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

צבֿי חפֿץ, דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל
צבֿי חפֿץ, דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published August 04, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

וואַנדאַלן באַפֿאַלן שיל אין שטעטל טשעליאַבינסק

דאָס רובֿ ידיעות קומען די וואָך פֿון דער פּראָווינץ. די ערשטע פֿון זיי איז פֿון טשעליאַבינסק. דאָרטן זענען אומבאַקאַנטע בײַ נאַכט באַפֿאַלן אַ שיל, באַוואָרפֿן דעם אַרײַנגאַנג מיט מיסט און איבערגעקערט פּלאַסטישע טישלעך, וואָס זענען געשטאַנען לעבן דעם אַרײַנגאַנג. די טירן, פֿענצטער און ווענט זענען ניט געשעדיקט געוואָרן.

די מיטאַרבעטער פֿון דער שיל האָבן זיך געוואָנדן צו דער פּאָליציי, אָבער קיין פּאַסיקן ענטפֿער האָבן זיי נאָך ניט באַקומען: די אָפֿיציעלע ווערסיע מיינט, אַז דעם מיסט האָט צעוואָרפֿן אַ צופֿעליקער פֿאַרבײַגייער.


רעזשיסאָר באָריס מילגראָם קריגט צוריק זײַן שטעלע

אַ ידיעה פֿון פּערם: דאָרטן האָט זיך געענדיקט דער סקאַנדאַל וואָס וועגן אים האָבן מיר שוין דערציילט. דער רעזשיסאָר באָריס מילגראַם, וואָס איז באַזײַטיקט געוואָרן, אַפּנים, צוליב פּאָליטישע מאָטיוון, איז אומגעקערט געוואָרן אויף זײַן שטעלע. דער שריט איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ גרויסן געזעלשאַפֿטלעכן אָפּרוף בײַ די טוער פֿון קונסט, וואָס מילגראַמס באַזײַטיקונג האָט אַרויסגערופֿן.


ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר דיסקוטירט צוזאַמענאַרבעט מיט כאַבאַראָווסקער און פּרימאָרסקער ראַיאָנען

דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל, צבֿי חפֿץ, איז ממשיך מיט זײַן נסיעה אין מזרח־רוסלאַנד. ער האָט שוין באַזוכט עטלעכע גרויסע שטעט אין סיביר און איז געקומען אויף ווײַטן מיזרח. ער האָט זיך געטראָפֿן מיט גובערנאַטאָרן פֿון כאַבאַראָווסקער ראַיאָן און פּרימאָרסקער קאַנט. ביידע רעגיאָנען זענען פֿאַראינטערעסירט אין צוזאַמענאַרבעטן מיט ישׂראל. קודם־כּל, גייט די רייד וועגן קויפֿן און ניצן ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגיעס. עס ווערן אַרומגערעדט אויך אינוועסטיציעס, וואָס די גובערנאַטאָרן האָבן בדעה צוצוציִען, און האַנדל. חפץ האָט אויך באַזוכט ביראָבידזשאַן. ער האָט זיך געטראָפֿן מיט דער רעגירונג פֿון דער ייִדישער געגנט; מיטן בירגער־מײַסטער פֿון דער שטאָט ביראָבידזשאַן און צוגעזאָגט צו מוטיקן די אַנטוויקלונג פֿון עקאָנאָמישער צוזאַמענאַרבעט.


קליינע געגנט אין פּעטערבורג שליסט אָפּמאַך מיט קליינעם ישׂראלדיקן ייִשובֿ, מעלה־אַדומים

אַן אַנדער פּראָיעקט פֿון צוזאַמענאַרבעט מיט ישׂראל ווערט אַנטוויקלט אין פּעטערבורג. איינער פֿון די געגנטן מיטן נאָמען קראַסנענקאַיאַ רעטשקאַ האָט געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיט אַ קליינעם ייִשובֿ אין ישׂראל — מעלה־אדומים. אינעם אָפּמאַך גייט די רייד וועגן צוזאַמענאַרבעט אינעם געביט פֿון אַדמיניסטרירן די שטאָט — באַגרינען, באַוואַסערונג, קלײַבן שטראָפֿגעלט און די טעטיקייט פֿון דער פּאָליציי אין דער שטאָט. די פּעטערבורגער טשינאָווניקעס ווילן זיך אָפּלערנען פֿון די ישׂראלדיקע אורבאַניסטן און מוניציפּאַליטעטן — און מיינען אַז זייערע ישׂראלדיקע קאָלעגן וועלן זיך אינטערעסירן אין פּעטערבורגער דערפֿאַרונג פֿון אָרגאַניזירן די לעגאַלע גאַסן־האַנדל.


די שטאָט אָריאָל גיט איבער בנין פֿון אַמאָליקער שיל דער ליטוואַקישער ייִדישער קהילה

אַ ידיעה פֿון אָריאָל, אַ שטאָט אין מערבֿ־רוסלאַנד: די אָרטיקע רעגירונג האָט באַשלאָסן איבערצוגעבן דעם בנין, וואָס האָט אַ מאָל געדינט ווי אַ שיל, דער ליטוואַקישער ייִדישער קהילה. די שיל איז אויפֿגעבויט געוואָרן אָנהייב 20סטן י״ה, נאָך דער רעוואָלוציע; האָבן זיך אין דעם בנין געפֿונען פֿאַרשיידענע שולן. אַזוי אַרום, איז דאָס איבערגעבן דעם בנין דער רעזולטאַט פֿון אַ לאַנגן מישפּט־פּראָצעס פֿון רעסטיטוציע. די ייִדישע קהילה פּלאַנירט צו באַקומען דעם בנין סוף אויגוסט.


דראָונג צו בלאָקירן „וויקיפּעדיע‟ אין רוסלאַנד צוליב איר פּובליקירן דעם גאַנצן טעקסט פֿון אַנטיסעמיטיש ביכל

אַ סקאַנדאַל אין מאָסקווע: די מלוכישע אַגענטור פֿון אויפֿזיכט אין דער ספֿערע פֿון מאַסן־קאָמוניקאַציע קען בלאָקירן דעם צוטריט צו „וויקיפּעדיע‟ אין רוסלאַנד. די סיבה באַשטייט אין דעם וואָס אויף דעם רעסורס „וויקיטעק‟ איז פֿאַרעפֿנטלעכט דער גאַנצער טעקסט פֿון „פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון‟, אַן אַנטיסעמיטישע פֿאַבריקאַציע, וואָס איז אָנערקענט געוואָרן ווי אַן עקסטרעמיסטישער טעקסט פֿון אַ רוסלענדישן מישפּט. דעם 4טן אויגוסט וועט די אויפֿזיכט־אַגענטור באַשליסן וואָס וועט זײַן דער גורל פֿון „וויקיפּעדיע‟ אין רוסלאַנד.


קאָסמעטיק־פֿירמע „אָרגאַניק שאַפּ‟ קריגט כּשרות־צערטיפֿיקאַט

און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: אַ פֿירמע וואָס פּראָדוצירט קאָסמעטיק האָט באַקומען אַ צערטיפֿיקאַט פֿון כּשרות. די רייד גייט פֿון אַ פֿירמע „אָרגאַניק שאַפּ‟, וואָס מאַכט קאָסמעטיק פֿון געוויקסן־שטאָפֿן. כּשר זענען עטלעכע שאַמפּוען, קרעמען און וואַש־מיטלען.