ניט יעדער מענטש איז באַרופֿן צו ווערן אַן אַרכעאָלאָג. מע דאַרף האָבן דעם ריכטיקן חוש צו געפֿינען זאַכן וואָס ליגן אונטער דער ערד, און, ביז מע געפֿינט זיי, דאַרף מען האָבן געדולד — און קענען הנאה האָבן פֿונעם זוכן אַליין.
מע דאַרף שלום מאַכן מיטן פֿאַקט, אַז זוכנדיק וועט מען געוויינטלעך גאָרנישט נישט געפֿינען; אָדער מע געפֿינט עפּעס אַנדערש, ווי וואָס מע האָט געהאַט אין זינען. מע דאַרף זײַן גרייט צו נישטערן אינעם שטויב, צו טאָפּטשען אין דער בלאָטע, און צו אַרבעטן אונטער שווערע באַדינגונגען: אונטערן פֿרײַען הימל, ווען די זון ברענט ווי אַ פֿײַער, ווען עס רעגנט און מבולט ווי אין פּסוק שטייט, ווען האָריקע ווערעם און שרצים פֿון אַלע מינים קריכן איבער דער הויט. ניט יעדער פֿאַרגינט זיך אַזאַ לוקסוס!
אָבער עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע סאָרטן אַרכעאָלאָגן: ס׳איז דאָ דער העלדישער סאָרט, ווי אינדיאַנע דזשאָונס, וואָס גראָבט אויס אוראַלטע חורבֿות ערגעץ אין אַ הייל אין אַ מידבר: מיט די אייגענע הענט געפֿינט ער די גאָלדענע רענדלעך איבערגעדעקט מיט שטויב און פּסולות פֿון פֿאַרצײַטנס. און ס׳איז דאָ דער „פֿאָטעל־אַרכעאָלאָג‟, וואָס זיצט בײַ זיך אין דער היים און לייענט וועגן די גאָלדענע רענדלעך אין די וויסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן. צווישן די צוויי פּאָלוסן, העלדישקייט און פֿאָטעל, זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע מדרגות, און וואָס עלטער ווערט דער אַרכעאָלאָג, אַלץ ווייניקער העלדיש ווערט ער, געוויינטלעך.
דערצו זײַנען פֿאַראַן אַרכעאָלאָגן אַמאַטאָרן, וואָס ס׳איז בײַ זיי אַ צײַטפֿאַרטרײַב און ניט קיין פּראָפֿעסיע. געוויסע מענטשן זײַנען סתּם אַרכעאָלאָגיש פֿאַראינטערעסירטע און זיי אַבאָנירן National Geographic, למשל. עס זײַנען דאָ כּללערליי „גײַסטיקע אַרכעאָלאָגן‟, וואָס פֿאָרשן אויס ווערטער, באַגריפֿן, אידעאָלאָגיעס, פּסיכאָלאָגיע אאַז״וו.
צום סוף, איז פֿאַראַן נאָך אַ סאָרט אַרכעאָלאָג, וואָס די וועלט האָט נאָך ניט געהערט און געלייענט גענוג וועגן אים: דער, וואָס געפֿינט אוראַלטע אוצרות בײַ זיך אין דער היים. כּדי צו ווערן אַן אין־דער־היים־אַרכעאָלאָג, דאַרף מען, ערשטנס, האָבן יענעם אַרכעאָלאָגישן חוש, און, צווייטנס, דאַרף מען וווינען אין אַ היים מיט באַהאַלטענע אוצרות, וואָס וואָלטן זיך געלאָזט געפֿינען. בײַ מיר, למשל, קען איך זיך באַרימען, אַז די אין־דער־היים־אַרכעאָלאָגיע איז כּמעט געוואָרן אַ צווייטע קאַריערע.
אין משך פֿון די יאָרן האָב איך זיך אָנגעקליבן אַ סך אַרכעאָלאָגישע דערפֿאַרונג פֿון גריבלען זיך אין די הונדערטער אַלטע ביכער־קראָמען, ספֿרים־געשעפֿטן, קאָמיסיאָנאַלע מאַגאַזינען (thrift shops בלע״ז), פֿליימערק, גאַראַזש־אויספֿאַרקויפֿן און נאָך אַזעלכע ערטער, וואָס וואַקסן אין ניו־יאָרק ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן. די מערסטע זאַכן פֿאַרקויפֿט מען דאָרט היפּש טײַערער, ווי דער פּרײַז וואָלט געדאַרפֿט זײַן, אָדער ווי עס וואָלט געווען אין אַן אַנדער שטאָט. אָבער דער אויסקלײַב איז אַזאַ ברייטער אין ניו־יאָרק, אַז מע קען פֿאָרט דאָ און דאָרט געפֿינען עפּעס אַ מציאה.
ווער עס קומט צו אונדז צו גאַסט אין די בראָנקס ווייסט, אַז בײַ מיר אין מײַן צימער איז אַלע מאָל אַן אויסגראָבונג. אויף דער פּאָדלאָגע וואַלגערן זיך ביכער און אַלטע צײַטונגען, שיך, זאָקן, העמדער און אַנדערע בגדים (געוואַשענע און ניט־געוואַשענע); ליידיקע קאַרטאָנען, וואָס וואַרטן צו ווערן „איבערגעניצעוועט‟ (recycled, הייסט עס); פֿאָטאָקאָפּיעס, חתונה־פֿאַרבעטונגען, סתּם פּאַפּירן; באַגריסונג־קאַרטלעך, פּאָסטקאַרטלעך, אינדעקס־קאַרטלעך; שערן, צעטעלעך מיט נאָטיצן און אָן נאָטיצן. מיט מזל וועט מען אפֿשר אויך געפֿינען אידענטיטעט־קאַרטלעך; מאָנבריוו פֿון בענק, אוניווערסיטעטן, און אַנדערע אינסטיטוציעס; מײַן פּאַספּאָרט; טשעקן פֿאַר גרויסע און קליינע סומעס; און סתּם מזומן געלט.
וואָס פֿאַראַ אוצרות ליגן דאָ בײַ מיר, ווייס איך, ווײַל יעדן טאָג קריג איך בריוולעך פֿון דער ביבליאָטעק, אַז אַזאַ־און־אַזאַ בוך, וואָס איך האָב געבאָרגט מיט חדשים צוריק, האָב איך פֿאַרפֿעלט דעם טערמין עס צוריקצוגעבן און איצט בין איך זיי שולדיק אַזוי און אַזוי פֿיל. אָבער כאָטש נעם מיר אַראָפּ דעם קאָפּ, קען איך דאָס בוך ניט געפֿינען.
וויבאַלד דער באַלאַגאַן אין דער היים הייבט אָן צו קאָסטן געלט, קריג איך ווידער חשק צו דער אַרכעאָלאָגיע: מע דאַרף מאַכן אַ סדר און אויסגראָבן דאָס בוך! וווּ קען עס ליגן? די ערשטע זאַך, מע צעטיילט דעם צימער אין סעקטאָרן און מע נעמט זיך צו יעדן סעקטאָר באַזונדער. אונטערן בעט: שיך, פּאַפּירן, פֿעדערס און בלײַערס. לעבן דער ביכערשאַנק: אַ סך וועש, נאָך פּאַפּירן, קאַרטאָנען, ביכער — אָבער ניט יענץ בוך. אויפֿן טיש: צו פֿיל, אויך ביכער, אָבער ניט יענץ בוך. אונטערן טיש: קאַרטעלעך און צעטעלעך, זאָקן, ליידיקע פֿלעשלעך…
בקיצור, ס׳איז אַ שווערע אָפּעראַציע, אָבער, סוף־כּל־סוף, נאָך דעם ווי דער גאַנצער צימער איז איבערגעקערט און אויפֿגעראַמט און אָפּגעשטויבט — באַווײַזט זיך דאָס בוך אויף דער פּאָליצע, דאָרט וווּ מע האָט בכלל ניט געזוכט, ווײַל ס׳איז ניט געווען אָן אַ סדר. אַזוי איז דאָס: די וויכטיקסטע געפֿינסן ליגן אויבן אויף, מע דאַרף בלויז וויסן וווּ צו זוכן.
די אין־דער־היים־אַרכעאָלאָגיע האָט זייער אַ גרויסן פּאָטענציאַל, סײַ פֿאַר יחידים, סײַ פֿאַר אינסטיטוציעס גאַנצע. מיליאָנען עלטערע מענטשן לעבן צענדליקער יאָרן אין די זעלביקע דירות און הײַזער און האָבן קיין מאָל ניט גענישטערט אין אַלע ווינקעלעך. ווער ווייסט, וואָס פֿאַראַן אוצרות ליגן הינטערן שרײַבטיש? און שטעלט זיך פֿאָר, וואָסערע סודות זײַנען דאָ צו געפֿינען אין די אַלטע בנינים פֿון די מלוכה־אינסטאַנצן, אָדער פֿון דער קאָנגרעס־ביבליאָטעק. זינט דער מלחמה מיט ענגלאַנד אין 1812 האָט קיינער דאָרט ניט גרינטלעך אויפֿגעראַמט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.