ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

ייִדישער קהילה־צענטער אין קאַנבעראַ
ייִדישער קהילה־צענטער אין קאַנבעראַ

פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 08, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ מחלוקת בײַ ייִדן וועגן דער אױסטראַלישער פֿאָלק־צײלונג

אױסטראַליעס „קאָמאָנװעלט‟ רעגירונג האַלט אַ פֿאָלק־צײלונג יעדע פֿינף יאָר דורך איר ביוראָ פֿון סטאַטיסטיק.

הײַיאָר װעלן די נעמען און אַדרעסן פֿון די אָנטײל נעמערס צום ערשטן מאָל געהאַלטן װערן אינעם ביוראָ, און נישט אַלע זײַנען מסכּים מיט דער ענדערונג. הײַיאָר װעט דער פֿאָלק־צײלונג־בױגן זײַן אױף דער אינטערנעץ. פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָלק־צײלונג־שרײַבערס װעלן נאָר באַזוכן די הײמען פֿון די װעלכע האָבן דװקא געבעטן אַזאַ באַדינונג װײַל זײ זײַנען נישט בכּוח אױסצופֿילן די נײטיקע בױגנס אױף דער אינטערנעץ. דאָס אַלץ איז װיכטיק, װײַל אַלע אױסטראַלישע הײמען מוזן אָנטײל נעמען אין דער פֿאָלק־צײלונג לױטן פֿעדעראַלן געזעץ. די אינפֿאָרמאַציע װאָס די צײלונג גיט איבער איז װיכטיק נישט נאָר פֿאַר דער רעגירונג, װאָס שטיצט װײַטערדיקע פּלענער און בודזשעטן אױף איר, נאָר אױך פֿאַר דער לאָקאַלער ייִדישער באַפֿעלקערונג, װעמענס קהילות באַצאָלן דעמאָגראַפֿן צו באַטראַכטן דאָס בילד פֿון ייִדישער אױסטראַליע װאָס די פֿאָלק־צײלונג גיט איבער. דער רעגירונגס עטנישע ראַדיאָ־סטאַנציע, צום בײַשפּיל, באַשטימט װיפֿל צײַט אַ װאָך עס קומט אַ שפּראַך לױט די רעזולטאַטן פֿון יעדער פֿאָלק־צײלונג.

פּונקט װי מע זאָגט: דאָרט װוּ צװײ ייִדן, געפֿינט מען כאָטש דרײַ מײנונגען, זײַנען נישט אַלע אױסטראַלישע ייִדן מסכּים װעגן װי אַזױ ייִדן זאָלן ענטפֿערן די פֿראַגעס אױפֿן פֿאָלק־צײלונג־בױגן. אַזױ װי בײַ יעדער פֿאָלק־צײלונג אין אױסטראַליע, איז פֿאַראַן אַ מײנונגס־פֿאַרשידנהײט צװישן אױסטראַלישע ייִדן צי מע דאַרף אָנגעבן אױף דער פֿאָלק־צײלונג אַז מען איז אַ ייִד לױט דער רעליגיע, אָדער ניט. די פֿראַגע איז געװען אַ פּראָבלעם פֿריער פֿאַר ייִדישע פֿרײַדענקער, װעלכע האַלטן נישט פֿון דער רעליגיע בכלל. הײַיאָר איז די סיטואַציע עטװאָס אַנדערש, װײַל די פֿאָלק־צײלונג פֿרעגט פֿון איצט אָן און װײַטער סײַ װעגן דעם רעליגיעזן אידענטיטעט פֿונעם אױספֿילער און סײַ װעגן זײַן עטנישער אָנגעהעריקײט. דאָך האָבן די אָפֿיציעלע קהילה־אָרגאָניזאַציעס גערופֿן אַלע ייִדן צו שרײַבן אַז זײ זײַנען ייִדן לױט דער רעליגיע און לױט דער עטנישער אָנגעהעריקײט. לינק־געשטימטע ייִדישע אָרגאָניזאַציעס האָבן פֿאַרזיכערט די ברײטערע ייִדישע גאַס אַז עס איז נישט נײטיק צו זאָגן אַז מען איז אַ ייִד לױט דער רעליגיע, אַבי מע גיט אָן אַז מען איז אַ ייִד לױט דער עטנישער אָנגעהעריקײט. אין 2011, זאָגן די דעמאָגראַפֿן, האָבן אַן ערך 10% פֿון די ייִדן אין אױסטראַליע פּשוט נישט געענטפֿערט אױף דער פֿראַגע װעגן רעליגיעזער אָנגעהעריקײט. אַזױ װי די פֿראַגע װעגן רעליגיעזער אָנגעהעריקײט איז דעמאָלט געװען די אײנציקע פֿראַגע אױפֿן בױגן װעגן אָנגעהעריקײט אחוץ דער פֿראַגע װעגן בירגערשאַפֿט הײסט דאָס, אַז די פֿריִערדיקע פֿאָלק־צײלונגען האָבן נישט געגעבן קײן אמת בילד װעגן אױסטראַלישן ייִדנטום.

די קהילות האָבן הײַיאָר, װי געװײנטלעך, גערופֿן אַלע ייִדן צו ענטפֿערן אױף דער פֿאָלק־צײלונג אַז זײ רעדן העברעיִש און ענגליש אין דער הײם, און ייִדישיסטישע אָרגאָניזאַציעס האָבן װי געװײנטלעך הײַיאָר גערופֿן אַלע װעלכע האָבן ליב די ייִדישע שפּראַך אָנצוגעבן אַז זײ רעדן ייִדיש און ענגליש בײַ זיך אין דער הײם. אײן בריװ אין דער רעדאַקציע פֿון אױסטראַליעס גרעסטער ייִדישער װאָכנשריפֿט האָט גערופֿן ייִדן אָנצוגעבן אַז זײ רעדן ייִדיש, העברעיִש אָדער לאַדינאָ, און ענגליש בײַ זיך אין דער הײם.

עס װעט זײַן אינטערעסאַנט צו זען דעם קומענדיקן חודש אַפּריל אױף װיפֿל די אָפּשפּיגלונג פֿונעם ייִדישן לעבן אין אױסטראַליע האָט זיך געביטן צװישן 2011 און 2016.


דער פּלאַן צו פֿאַרגרעסערן דעם ייִדישן צענטער אין אױסטראַליעס הױפּט־שטאָט

די אָרגאַניזירטע ייִדישע קהילה אין אױסטראַליעס הױפּט־שטאָט, קאַנבערע, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּלאַן צו רעמאָנטירן און צו פֿאַרגרעסערן דעם לאַקאַלן ייִדישן צענטער. כּדי דורכצופֿירן דעם פּלאַן, װיל די קהילה זאַמלען זעקס מיליאָן, צװײ הונדערט טױזנט אױסטראַלישע דאָלאַרן. אַ דריטל דערפֿון האָט זי שױן געזאַמלט.

לױטן פּלאַן, װיל די קהילה צובױען אַ פּראָגרעסיװע שיל און פֿאַרגרעסערן די שױן־עקזיסטירנדיקע אָרטאָדאָקסישע שיל אירע אױפֿן עקזיסטירנדיקן לאַנד־שטח. זי װיל בױען אַ ייִדישן מוזעום און אַ חורבן־דענקמאָל, װי אױך אַ שפּיל־אָרט פֿאַר קינדער. דערצו װיל זי בױען אַ רײ זאַלן, װעלכע קענען גענוצט װערן פֿאַר זיצונגען מיט אױסטראַלישע מלוכהלײַט און מיט די אַמבאַסאַדאָרן און פֿאָרשטײער פֿון אַנדערע לענדער װען זײ באַזוכן די הױפּט־שטאָט, צװישן אַנדערן. מע האָפֿט אַז מע װעט אָנהײבן בױען פֿאַר ראש־השנה הײַיאָר.

די האָפֿענונג איז אַז דער באַנײַטער צענטער װעט זײַן אַן אמתע אָפּשפּיגלונג פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער קהילה און פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון אױסטראַליע. פֿאָרשטײער פֿון נאַציאָנאַלע ייִדישע אָרגאָניזאַציעס האָבן געלױבט דעם פּלאַן, זאָגנדיק, אַז ער װעט דערלױבן פֿאָרשטײער פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום און די עקזעקוטיװן זײַנע צו טרעפֿן זיך רעגולאַר מיט מלוכהלײַט. דערצו װעט ער געבן די אָנגעשטעלטע פֿון ייִדישע אָרגאָניזאַציעס אַ הײמישע באַזע פֿאַר זײער אַרבעט בעת זײ קומען אין קאַנבערע. די פֿאַרגרעסערונג פֿונעם צענטער דאַרף אױך דערלױבן דאָס אױסטראַלישע ייִדנטום צו געניסן פֿון האָבן אַן אָרט װוּ עס קען אָרגאַניזירן גרעסערע און קלענערע ייִדישע אונטערנעמונגען צו יעדער צײַט.