די פּוילישע מעדיאַ־באַריכטן האָבן איבערגעגעבן, אַז דער פּויפּסט האָט פֿאַרבראַכט זײַן וויזיט אין אוישוויץ־בירקענאו אין „שווײַגן‟.
פּויפּסט פֿראַנציסקוס איז נישט דער ערשטער פּויפּסט וואָס האָט געשוויגן בנוגע אוישוויץ. אין יאָר 1943 האָט דער פּוילישער פּרעזידענט אין גלות, וולאַדיסלאַוו ראַטשקיעוויטש, געבעטן דעם דעמאָלטיקן פּויפּסט ער זאָל פֿאַרדאַמען די דײַטשן פֿאַר זייער גענאָציד אין פּוילן. דער פּויפּסט האָט געשוויגן.
דער הײַנטיקער פּויפּסט, פֿראַנציסקוס, האָט, ווי געזאָגט, נישט גערעדט אָבער געשריבן האָט ער יאָ: „גאָט, זײַ אונדז מוחל פֿאר אונדזער אַכזריות‟ — אָט דעם קורצן זאַץ האָט דער פּויפּסט געשריבן אינעם אורחים־בוך פֿונעם אוישוויץ מוזיי.
הייסט עס אַז מיר אַלע זיינען שולדיק. די מענטשהײט אין אַלגעמיין. דער פּויפּסט האָט פֿאַרשוויגן דעם פֿאַקט, אַז אוישוויץ איז די קולמינאַציע פֿון צוויי טויזנט יאָר רדיפֿות קעגן די ייִדן. די קירך האָט געשפּילט נישט קיין קליינע ראָלע אין די דאָזיקע רדיפֿות.
אפֿשר וואָלט געווען מער יושרדיק נישט צו באַשולדיקן די גאַנצע מענטשהײט אינעם חורבן? וואָס האָבן אַזוינס געטאָן די בּודיסטן אַז זיי דאַרפֿן בעטן מחילה פֿאַר אוישוויץ?
דאָ איז אפֿשר כּדאַי צו דערמאָנען, אַז קאַרדינאַל פּאַטשעלי (שפּעטער פּויפּסט פּיוס דער צוועלפֿטער), דער וואַטיקאַן נונציוס אין דײַטשלאַנד, האָט צוגערעדט די דײַטשישע קאַטוילישע פּאַרטיי צו העלפֿן היטלערן קומען צו דער מאַכט. היטלער האָט געהאַט אין יאָר 1933 נאָר איין דריטל פֿון די שטימען, און נאָר אַ דאַנק אַ קאָאַליציע מיט דער אַזוי גערופֿענער „דויטשע צענטרום פּאַרטיי‟ — דהיינו די קאַטאָליקן — איז ער געקומען צו דער מאַכט.
ווען פּאַטשעלי איז געוואָרן דער פּויפּסט האָט ער ממשיך געווען די זעלבע באַציִונג צו די נאַציס. דער וואַטיקאַן האָט נישט געזאָגט קיין וואָרט נאָך דער „קרישטאָלנאַכט‟.
פּאַטשעלי האָט געהאַלטן אַז היטלער איז דער בעסטער מיטל, וואָס דער וואַטיקאַן קען אויסנוצן קעגן אַטעיִזם בכלל און קאָמוניזם בפֿרט.
דער וואַטיקאַן האָט אויך געשוויגן ווען היטלער האָט איבערגענומען פּוילן.
אין יאָר 1942 נאָך דעם וואָס צוויי הונדערט טויזנט ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן האָט דער אוקראַיִנישער קאָסמאָפּאָליטאַן געשריבן צו פּאַטשעלי און אים געבעטן ער זאָל עפּעס טאָן אין שײַכות מיטן ייִדן־מאָרד. פּאַטשעלי האָט געענטפֿערט אז מען דאַרף אויסהאַלטן אַזעלעכע געשענישן.
די רשימה פֿון די פּערזענלעכקײטן, וואָס האָבן פּראָבירט צו דערוועקן אין וואַטיקאַן בכלל און ביים פּויפּסט בפֿרט אַ ביסל רחמנות לגבי די קרבנות אין דער צווייטער וועלט־מלחמה איז זייער אַ לאַנגע: פֿונעם הויפּט־רבֿ פֿון פּאַלעסטינע ביז דעם אַמעריקאַנער קאָנסול אין וואַטיקאַן. סע האָט געהאָלפֿן.
הכּלל, עס ווײַזט אויס, אַז דער הײַנטיקער פּויפּסט איז נישט קיין ווילי בראַנדט. ווי באַקאַנט האָט ווילי בראַנדט, צו דער גרויסער דערשטוינונג פֿון זײַנע פּוילישע גאַסטגעטבערס, געקניט פֿאַרן דענקמאָל פון די געטאָ־אויפֿשטענדלערס אין וואַרשע.
ווילי בראַנדט, פּונקט ווי פֿראַנציקוס, האָט געשוויגן. דאָס שווײַגן פֿונעם ראָש פֿון דער דײַטשישער מלוכה איז אָבער געווען גאָר אַן אַנדער מין ווי דאָס שווײַגן פֿונעם איצטיקן ראש פֿון דער וואַטיקאַן־מדינה.
נישט קיין סך בנינים זענען געבליבן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. „קינאָ פֿעמינאַ‟ איז איינער פֿון זיי. דאָרט האָט וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן געשפּילט אויף דער פּיאַנע און וויעראַ גראַן האָט געזונגען.
ראָמאַן פּאָלאַנסקי האָט פֿאַראייביקט אין זיין פֿילם „דער פּיאַניסט‟ די סוררעאַליסטישע אַטמאָספֿער פֿון פֿאַרווײַלונג אין דער מוראדיקער וואַרשעווער געטאָ.
נאָך דער מלחמה האָבן דער אַקטיאָר און רעזשיסאָר יאָנאַס טורקאָוו און אַנדערע באַשולדיקט וויעראַ גראַן (איר אמתער נאָמען איז געווען דבֿורה גרינבערג), אַז זי איז געווען אַ געשטאַפּאָ־אַגענטין. וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן האָט געזאָגט, אַז ער האָט אויך געהערט, אַז גראַן איז געווען אַ קאָלאַבאָראַנטקע.
פּסח’קע בורשטיין האָט איבערגעחזרט די זעלבע באַשולדיקונג. בורשטיין, אַגבֿ, איז בכלל נישט געווען אין פּוילן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
וויעראַ גראַן האָט געטענהט, אַז שפּילמאַן אַליין איז געווען אַ צדיק אין פּעלץ. לויט איר, איז נישט זי, נאָר טאַקע שפּילמאַן געווען אַ קאָלאַבאָראַנט.
לעצטנס איז אַרויס אין פּוילן אַ בוך וועגן וויעראַ גראַן מיטן טיטל „באַשולדיקט‟. די מחברטע, אַגאַטאַ טושינסקאַ, חזרט איבער אינעם בוך גראַנס באשולדיקונגען קעגן שפּילמאַנען. שפּילמאַנס אלמנה און זון האָבן אָנגעקלאָגט די מחברטע פֿאַר באַשמוציקן זייער נאָמען.
ערשט איצט, נאָך אַן אַפּעלאַציע, איז דאָס פּוילישע געריכט מסכּים מיט זיי. טושינסקאַ מוז זיך אַנטשולדיקן פֿאַר דער משפּחה שפּילמאַן און אַרויסנעמען די באַשולדיקונגען קעגן שפּילמאַנען אין אַלע קומענדיקע אויסגאַבעס פֿונעם בוך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.