ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

מאָנומענט פֿון ראַול וואַלענבערג אין בוענאָס־אײַרעס
Getty Images
מאָנומענט פֿון ראַול וואַלענבערג אין בוענאָס־אײַרעס

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published August 10, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

רעפֿעראַט וועגן דער שטענדיק־שטײַגנדיקער אַסימילאַציע

דעם 5טן אויגוסט האָט ד״ר גידאָ מײַזלס רעפֿערירט װעגן אַ טעמע װאָס באַאומרויִקט נישט נאָר די באַװוּסטזיניקע ייִדישע אָנפֿירערשאַפֿט נאָר אויך דער גאַנצער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט: „די אַסימילאַציע אין אונדזערע טעג‟. דאָס װאָרט אַסימילאַציע װאָס מיינט זײַן ענלעך צו אַנדערע, און װאָס דער פּסיכאָפּעדאַגאָג פֿון דער שװייץ זשאַן פּיאַזשעט האָט באַניצט צו באַשרײַבן דאָס אַרײַננעמען נײַע עלעמענטן אין דער פּסיכישער סכעמע פֿון מענטשן, האָט שטענדיק עקזיסטירט אין דער ייִדישער געשיכטע. אַ מינדערהייט װאָס איז אַ 0.2 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג, פֿאַרמאָגט אַ דיספּראָפּאָרץ װאָס שײך די ציפֿערן פֿון נאָבל־פּרעמיעס, שאָך־מײַסטערס, אָסקאַר־ און פּוליצער־געװינערס און געשעפֿטן־אָנפֿירערס.

אין אַלע צײַטן האָט עקזיסטירט די אַסימילאַציע און ייִדן האָבן אַװעקגעװאָרפֿן זייער אידענטיטעט, אָבער הײַנט זײַנען די ציפֿערן שוידערלעכע, אויף אַזוי װײַט אַז פֿאַרן פֿאָרשער און סטאַטיסטיקער פּראָפֿ́׳ דע לאַ פּערגאָלאַ, פֿון ירושלימער אוניװערסיטעט, און דער ישׂראלדיקער דערציִונג־מיניסטער נפתּלי בענעט, גרייכט די אַסימילאַציע אין אייניקע קהילות צו איבער 55%.

אין 2014 האָט מען אַפֿילו דערקלערט אוּיף אַ צוזאַמענטרעף פֿון דעם קאָנסערוואַטיוון ראַבינער־צענטער אין אייראָפּע, אַז די ציפֿערן פֿון דער אַסימילאַציע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען העכער װי די ציפֿערן פֿון ייִדן װאָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן.

װען מען װעט געפֿינען אַן ענטפֿער אויף די פֿראַגעס װעט מען אפֿשר קענען דערגיין אַ טאָלק: פֿאַר װאָס אויך אין הײַנטיקע טעג װיל מען אַנטלויפֿן פֿון ייִדישן פֿאָלק, פֿאַר װאָס אַנטלויפֿט מען פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס, פֿאַר װאָס האָט די דערציִונג ניט קיין ענטפֿער און אייניקע האַלטן אַז אין געװיסע קרײַזן האָט זי אַפֿילו באַנקראָטירט. און אַפֿילו מדינת־ישׂראל איז נישט די טאָטאַלע לייזונג פֿאַר דער פֿראַגע. דער עולם איז אַװעק מיט מערער פֿראַגעס װי ענטפֿערס אָבער מיט אַ טיפֿערן באַװוּסטזײַן פֿון דער סיטואַציע.


וויצע־פֿאָרזיצער פֿון אַרגענטינער ייִוואָס באַקומט אויסצייכענונג

דער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון אַרגענטינער ייִװאָ, ד״ר אַלבערטאָ קאַפּלאַן, אַ באַװוּסטער נעװראָכירורג, האָט באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס פֿאַר זײַן בוך דערציילונגען, „ייִדן, קריסטן און סקעפּטיקערס‟. דאָס בוך איז בשעתּו פּרעזענטירט געװאָרן אין ייִװאָ. אין זײַנע ביכער שפּיגלט־אָפּ דער מחבר זײַנע דערפֿאַרונגען װי אַ געבוירענער אין מאָזעסװיל, די ערשטע ייִדישע אַגראַר־קאָלאָניע, און זײַנע זכרונות װי אַ ייִדישער דאָקטער אין שפּיטעלער פֿון דער שטאָט, אין אוניװערסיטעט, װוּ ער איז געװען פּראָפֿעסאָר, און אין דעם געװעזענעם ייִדישן שפּיטאָל.


ריכטער וואַרפֿט ווידער אָפּ מעגלעכקייט פֿון אויספֿאָרשן געוועזענע פּרעזידענטין

דעם 6טן אויגוסט האָט דער ריכטער דניאל ראַפֿעקאַס װידער אָפּגעװאָרפֿן דאָס אויספֿאָרשן די געװעזענע פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער איבער דעם אָפּמאַך מיט איראַן און װאָס האָט דערפֿירט צום פּראָקוראָר ניסמאַנס מאָרד אָדער זעלבסטמאָרד. דער פּראָקוראָר עדואַרדאָ טאַאַיאַנאָ האָט דאָס געפֿאָדערט. אין זײַן באַשלוס האָט ער דערקלערט אַז עס זײַנען נישט צוגעקומען נײַע ראַיות װאָס זאָלן דערפֿירן צו באַנײַען די אויספֿאָרשונג. די דאַיאַ באַטראַכט אַ ספּעציעלע װענדונג צום העכסטן געריכט.


דאַיאַ פֿאַרדאַמט איראַן פֿאַר באַשטימען גענעראַל אַכמאַר וואַהידי ווי דעקאַן פֿון מיליטערישן אוניווערסיטעט

די קהילה און די דאַיאַ האָבן שאַרף רעאַגירט און אויסגעדריקט אומצופֿרידנקייט װאָס דער גענעראַל אַכמאַד װאַהידי איז באַשטימט געװאָרן אין טעהעראַן װי דער דעקאַן פֿון דער איראַנער מיליטערישער אוניװערסיטעט. װאַהידי איז איינער פֿון די װיכטיקסטע באַשולדיקטע אין דער פּלאַנירונג פֿונעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, און „אינטערפּאָל‟ האָט שוין מיט יאָרן צוריק אַרויסגעגעבן אַן אינטערנאַציאָנאַלע הודעה אים צו פֿאַרהאַלטן און אים איבערגעבן דער אַרגענטינער יוסטיץ. איבער דעם קען ער נישט פֿאַרלאָזן איראַן.


מע מערקט אָפּ דעם געבוירן־טאָג פֿונעם ייִדן־ראַטירער ראַול וואַלענבערג

די ראַול װאַלענבערג־פֿונדאַציע האָט באַערט, אינעם טאָג פֿון זײַן געבורטסטאָג דעם 4טן אויגוסט 1912, דעם שװעדישן דיפּלאָמאַט װאָס האָט באַװיזן צו ראַטעװען טויזנטער אונגאַרישע ייִדן בעתן חורבן. דעם 17טן יאַנואַר 1945 האָבן אים די סאָװיעטן אַרעסטירט און אים באַשולדיקט אין אַרבעטן װי אַ שפּיאָן פֿאַר די פֿאַראייניקטע שטאַטן. נאָך לאַנגע פֿאַרהאַנדלונגען און דרוק פֿון אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנצן האָט דער ראַטן־פֿאַרבאַנד געמאָלדן אַז ער איז דערשאָסן געװאָרן אין אַ מאָסקװער תּפֿיסה דעם 17טן יולי 1947. אָבער דאָס איז נישט פֿעסטגעשטעלט, און װאַלענבערג איז אָנגערופֿן געװאָרן װי „דער העלד אָן אַ קבֿר‟. יד־ושם האָט אים אַרײַנגענומען צװישן די חסידי אומות העולם. אין בוענאָס־אײַרעס איז די הזכּרה פֿאָרגעקומען בײַ זײַן מאָנומענט אין איינעם פֿון די עקסקלוסיװע פּאַרקן פֿון דער שטאָט. די הויפּטרעדע האָט געהאַלטן פּראָפֿ’ ראָבערטאָ מאַלקאַסיאַן, אָנפֿירער פֿון דער „קאַטעדרע פֿאַרן שואה, גענאָציד און דיסקרימינאַציע‟ פֿון דער יורישול פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט. ענלעכע הזכּרות זײַנען פֿאָרגעקומען אין ניו־יאָרק און תּל־אָבֿיבֿ.