פֿאַר וואָס איז די הײַיאָריקע ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם געווען אַנדערש פֿון אַלע פּראָגראַמען פֿון אַ גאַנץ יאָר? נו, יעדע זומער־פּראָגראַם איז שטענדיק אַנדערש — ניט געקוקט אויף די לערערס, וואָס זײַנען אָפֿט די זעלביקע שוין צענדליקער יאָרן; און ניט געקוקט אויפֿן לערנבוך, וואָס איז אָפֿט דאָס זעלביקע זינט 1949, ווען אוריאל ווײַנרײַך האָט עס ערשט אָנגעשריבן. יעדער קלאַס איז אַנדערש, ווײַל די סטודענטן זײַנען אַלע מאָל פֿרישע און קומען מיט נײַע פֿראַגעס און נײַע אינטערעסן. אָן דעם שטענדיקן צושטראָם פֿון נײַע סטודענטן וואָלט דאָס ייִדיש־לערערײַ זיכער ניט געווען אַזאַ פֿריילעכע פּראָפֿעסיע.
צום גליק, איז דער קוואַל פֿון ליכטיקע יונגע פּנימער נאָך ניט אויסגעשעפּט: ייִדיש ציט צו פֿרישע כּוחות פֿון אומעטום — אַפֿילו דאָרט, וווּ מע וואָלט זיך אויף אַזוינס ניט געריכט. למשל, אין דער הײַיאָריקער פּראָגראַם האָבן אָנטייל גענומען אַזש דרײַ סטודענטקעס פֿון כינע — איינע פֿון זיי, אַנרואָ באַאָ, מאַכט אַ דאָקטאָראַט אין ייִדישער ליטעראַטור אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט.
ס׳איז צו פֿיל אויסצורעכענען אַלע לענדער, פֿון וואַנען די הײַיאָריקע סטודענטן זײַנען געקומען. שוין אין די 1950ער יאָרן האָט דער שרײַבער וואָלף יונין (וואָס איז שפּעטער אַליין געוואָרן אַ לערער אין דער ייִוואָ־פּראָגראַם) באַמערקט, אַז דער פּראָצענט ניט־ייִדן אין די ניו־יאָרקער ייִדיש־קלאַסן איז איבערראַשנדיק הויך: אַזש אַ דריטל פֿון די סטודענטן אין אַזעלכע אינסטיטוציעס ווי סיטי־קאַלעדזש און ברוקלין־קאַלעדזש. בײַם סיום פֿון דער סאַמע ערשטער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם אין 1968 איז דער בעסטער דעמאָלטיקער סטודענט — דער וועלכער האָט געהאַלטן די ערשטע געזעגענונג־רעדע — געווען אַ בלינדער יונגערמאַן, אויך ניט קיין ייִד. זײַן רעדע וועגן אויפֿלעבן ייִדיש (וואָס מע וואָלט די זעלביקע ווערטער געקענט זאָגן נאָך הײַנט) האָט יונין דעמאָלט אָפּגעדרוקט אינעם „טאָג־מאָרגן־זשורנאַל‟. אַזוי קען מען זאָגן, אַז דער רעלאַטיוו גרויסער אָנטייל פֿון ניט־ייִדן אין די ייִדיש־קלאַסן איז כּמעט אַ ייִדישע טראַדיציע.
פֿון דעסטוועגן, האָבן די סטודענטן זיך היפּש געביטן אין משך פֿון אַ האַלבן יאָרהונדערט: דעמאָלט זײַנען נאָך געווען אַ צאָל סטודענטן, וואָס האָבן פֿאָרט געקענט עפּעס ייִדיש פֿון דער היים. הײַנט איז דאָס כּמעט אוממעגלעך, סײַדן בײַ עלטערע סטודענטן, ספּעציעל אין ישׂראל. הײַיאָר איז געווען בלויז איין סטודענט, וואָס האָט געקענט ייִדיש פֿון דער היים: גדליה איידלמאַן — דער זון פֿון אונדזער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָרשע, שׂרה־רחל שעכטער. בײַם סיום האָט גדליה געזונגען אַ נײַ ליד, וואָס ער האָט אַליין קאָמפּאָנירט און באַגלייט אויף דער פּיאַנע.
אַ סך אַנדערע סטודענטן האָבן אויפֿן סיום אַרויסגעוויזן זייערע טאַלאַנטן. די יונגע טאַניאַ יאַקאָוולעוואַ, פֿון אוקראַיִנע (וואָס האָט פֿינף וואָכן געוווינט מיט גדליהן און מיטן שרײַבער פֿון די שורות אינעם „ביילע־הויז‟ אין די בראָנקס) האָט געוויזן איר טעאַטראַלישקייט אין דער ראָלע פֿון לאה אין אַן אויסצוג פֿון ש. אַנ־סקיס „דיבוק‟ (צוזאַמען מיט אַ גרויסן אַנסאַמבל אָנגעפֿירט פֿון שיין בייקער), ווי אויך אין דער ראָלע פֿון שמעון דזשיגאַן אינעם באַקאַנטן סקעטש „אײַנשטיין־ווײַנשטיין‟ (מיט שמואל־יוסף מילשטיין אין שומאַכערס ראָלע). וווינענדיק צוזאַמען מיט טאַניאַ און גדליהן, איז מיר קיין מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז מיר וואָלטן געקענט שאַפֿן אַן אייגענעם ייִדישן טעאַטער דאָרט אין די בראָנקס — אָבער איצט איז פֿאַרפֿאַלן…
די טאַלאַנטירטע יונגע־לײַט, וואָס זײַנען אויפֿגעטראָטן, גיבן אונדז די האָפֿענונג, אַז אין פֿופֿציק יאָר אַרום וועט נאָך זײַן אַ ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם, אַז ס׳וועט נאָך זײַן ווער צו לערנען און ווער צו ווערן געלערנט. וואָסער מין ייִדיש מע וועט דאָרט רעדן אין 2066, בלײַבט אָבער אַן אָפֿענע פֿראַגע.
אין משך פֿון דער פּראָגראַם זײַנען געקומען עטלעכע גאַסטרעדנער; קודם־כּל, אונדזער פֿריִערדיקער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר, באָריס סאַנדלער. ער האָט פֿאַרכאַפּט די סטודענטן סײַ מיט דעם, וואָס ער האָט דערציילט, סײַ מיט דעם, ווי ער האָט עס געזאָגט: אין זײַן היימישן ליטעראַרישן בעסאַראַבער ייִדיש. צום באַדויערן, לערנען מיר ניט אַזאַ ייִדיש אין די זומער־פּראָגראַמען און איך האָב מורא, אַז אין פֿופֿציק יאָר אַרום וועט מען עס הערן בלויז אין די הונדערטער אַלטע „פֿאָרווערטס‟־רעקאָרדירונגען.
צו גאַסט איז אויך געקומען אַ יונגער אונטערנעמער, אַ בעלזער חסיד, ר׳ משה אונגער, וואָס האָט אונדז דערציילט וועגן דעם פֿרומען לעבנס־שטייגער און וועגן זײַנע אייגענע אַמביציעזע פּלענער צו אַנטוויקלען אַ ייִדישע מעדיאַ־פֿירמע JakeTV (אויף ענגליש, צום באַדויערן). ווען די סטודענטן האָבן אים געפֿרעגט וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟, האָט ער ניט אויסגעדריקט קיין גאָר געהויבענע מיינונג — וויסנדיק אַפֿילו, אַז צווישן די צוהערער געפֿינען זיך „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער. אָבער יענעם אָוונט האָט ער זיך אַ ביסל נעענטער באַקענט מיט אונדזער וועבזײַט און געהאַט אַ ביסל חרטה אויף זײַן גיכן ענטפֿער.
זײַענדיק בלויז 26 יאָר אַלט (מיט דרײַ קינדער שוין, קיין עין־הרע), האָט ר׳ משה שוין אויפֿגעטאָן גרויסע זאַכן, געשאַפֿן אַ וועבזײַט און צוגעצויגן שטיצער און מיטאַרבעטער. ס׳איז ניטאָ קיין ספֿק, אַז זײַן חסידישער ייִדיש וועט נאָך גערעדט ווערן אין פֿופֿציק יאָר אַרום. עס קען אַפֿילו האָבן אַ גרויסע קינסטלערישע צוקונפֿט, אַזוי ווי הירשע־דוד כּ״ץ האָט נבֿיאות געזאָגט מיט העכער צען יאָר צוריק. מע דאַרף בלויז איבעררעדן ר׳ משה און זײַנע חבֿרים צו האָבן אַ ביסל מער דרך־ארץ פֿאַר מאַמע־לשון. פֿאַר וואָס ניט צוגעבן אַ ייִדישן צווײַג צו זײַן פֿירמע, אַ YanklTV?
בײַם סיום האָט די הויפּט־רעדע געהאַלטן גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, וועגן דער אַרבעט צו רעדאַקטירן דאָס „אַרומנעמיקע ענגליש־ייִדישע ווערטערבוך‟, וואָס איז איצט אַרויס פֿון דער ייִדיש־ליגע. זי האָט באַמערקט, אַז דאָס פֿריִערדיקע ענגליש־ייִדישע ווערטערבוך, פֿון אוריאל ווײַנרײַך, איז אַרויס מיט כּמעט פֿופֿציק יאָר צוריק (דאָס זעלביקע יאָר ווי די ערשטע זומער־פּראָגראַם) און דעריבער פֿעלן דאָרט אָן אַ שיעור טעכנישע ווערטער. זי האָט געפֿילט אַן אַחריות צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט פֿון איר טאַטן, ד”ר מרדכי שעכטער, און צו שאַפֿן די נייטיקע טערמינען פֿאַרן מאָדערנעם לעבן.
די געזעגענונג־רעדע בײַם סיום האָט געהאַלטן מיכה לאַנגער, אַ מאָנטרעאָלער ייִד, אַ וועטעראַן פֿון דער פֿאַראַיאָריקער „ייִדיש־פֿאַרם‟־פּראָגראַם — טראָגנדיק אויפֿן קאָפּ אַ ריזיקע בלאָע יאַרמלקע. לאַנגער האָט אָנגעהויבן מיט אַ פּאָר שיינע ווערטער וועגן דעם נײַעם ווערטערבוך, וואָס האָט אים דערמעגלעכט אָנצושרײַבן די דאָזיקע רעדע. איצטער איז טאַקע געוואָרן גרינגער פֿאַר אַלעמען צו שרײַבן — בפֿרט פֿאַר אַזעלכע, וואָס זײַנען ניט אויפֿגעוואַקסן אין בעסאַראַביע אָדער אין וויליאַמסבורג.
אפֿשר ביזן הונדערטסטן יובֿל פֿון דער זומער־פּראָגראַם וועט זיך לאָזן שאַפֿן אַ סינטעז פֿון ר׳ משהס ייִדיש און פֿון דעם ייִדיש, וואָס געפֿינט זיך אינעם ווערטערבוך? אין דעם קען דער „פֿאָרווערטס‟ אפֿשר שפּילן אַ ראָלע. אַז גאָט וויל שיסט אַ בעזעם!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.