קאַמפּאַניע־טשאַטשקעס מיט ייִדישע אותיות

Campaign Accessories With Yiddish Lettering

די יאַרמלקעס לכּבֿוד קלינטאָן און טראָמפּ
Marc's Garden Jubilee
די יאַרמלקעס לכּבֿוד קלינטאָן און טראָמפּ

פֿון שׂרה־רחל שעכטער און דזשאָסעפֿין דאָלסטען

Published August 11, 2016, issue of August 29, 2016.
ביל קלינטאָן
ביל קלינטאָן

אויפֿן דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָבן אַ סך מענטשן באַמערקט, ווי דער געוועזענער פּרעזידענט ביל קלינטאָן טראָגט אויף זײַן מאַרינאַרקע אַ זשעטאָן מיט דער נאָמען פֿון זײַן פֿרוי, די דעמאָקראַטישע פּרעזידענט־קאַנדידאַטין הילאַרי קלינטאָן — געשריבן אויף העברעיִש: „הילרי‟.

הײַנט קענען די שטיצער פֿון קלינטאָן און פֿון איר קאָנקורענט, דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט — דאָנאַלד טראָמפּ, אַליין קויפֿן אַ העברעיִשן זשעטאָן דורך דער אינטערנעץ.

און נישט בלויז זשעטאָנען… הגם אין די 1960ער יאָרן, האָט כּמעט יעדער געטראָגן אַ זשעטאָן אויסצודריקן אַן אידעאַל (אַפֿילו די ייִדישיסטן האָבן געטראָגן אַ זשעטאָן מיט די ווערטער: „רעדט מיט מיר ייִדיש‟), זענען זשעטאָנען הײַנט נישט שטאַרק פּאָפּולער. האָבן די קאַמפּאַניע־מאַרקעטינג פֿירער געמוזט געפֿינען אַנדערע אופֿנים ווי צו פֿאַרקויפֿן זייער „סחורה‟.

איין מיטל ווי אויסצודריקן אַ מיינונג אויף אַ ייִדישן אופֿן איז דורך דער יאַרמלקע — בפֿרט ווען מע גייט אין שיל. הגם די רבנים און ראַבינער טאָרן, לויטן געזעץ, נישט אויסצודריקן קיין פּרעפֿערענץ פֿאַר אַ געוויסן קאַנדידאַט (ווײַל סינאַגאָגעס קאָנען דורך דעם פֿאַרלירן זייער סטאַטוס ווי נישט־פּראָפֿיטיקע אינסטיטוציעס), מעגן די מתפּללים פֿון די שילן עס יאָ טאָן, אַבי זיי טוען עס אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן.

הײַנט קען מען קויפֿן אַ בלאָע, ראָזעווע אָדער גראָע „הילאַרי‟־יאַרמלקע, וווּ עס שטייט איר נאָמען אויף העברעיִש, באַגלייט מיט אַ גרויסן „הה‟; און די טראָמפּ־שטיצער קענען קויפֿן אַ קאַפּל מיט טראָמפּס באַקאַנטער לאָזונג: „להפוך את אמריקה גדולה שוב‟ מאַכט אַמעריקע ווידער מעכטיק.

יאַרמלקעס טראָגן אָבער, בדרך־כּלל, בלויז די מענער, דאַרף מען אויסזוכן אַ מלבוש וואָס מענער און פֿרויען קענען ביידע טראָגן.

טאַקע דערפֿאַר איז הײַנט דער פּאָפּולערסטער אופֿן אויסצודריקן אַ פּרעזידענט־פּרעפֿערענץ אויף אַ ייִדישלעכן אופֿן פּשוט צו טראָגן אַ זומער־העמד מיט זײַן אָדער איר נאָמען. די הילאַרי־שטיצער קענען עס קויפֿן דאָ: //www.zazzle.com/hillary_clinton_hebrew_2016_t_shirt-235434960532847064

און די טראָמפּ־שטיצער — דאָ: //www.zazzle.com/mens_israel_for_trump_tee-235859887561670358