אויפֿן דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָבן אַ סך מענטשן באַמערקט, ווי דער געוועזענער פּרעזידענט ביל קלינטאָן טראָגט אויף זײַן מאַרינאַרקע אַ זשעטאָן מיט דער נאָמען פֿון זײַן פֿרוי, די דעמאָקראַטישע פּרעזידענט־קאַנדידאַטין הילאַרי קלינטאָן — געשריבן אויף העברעיִש: „הילרי‟.
הײַנט קענען די שטיצער פֿון קלינטאָן און פֿון איר קאָנקורענט, דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט — דאָנאַלד טראָמפּ, אַליין קויפֿן אַ העברעיִשן זשעטאָן דורך דער אינטערנעץ.
און נישט בלויז זשעטאָנען… הגם אין די 1960ער יאָרן, האָט כּמעט יעדער געטראָגן אַ זשעטאָן אויסצודריקן אַן אידעאַל (אַפֿילו די ייִדישיסטן האָבן געטראָגן אַ זשעטאָן מיט די ווערטער: „רעדט מיט מיר ייִדיש‟), זענען זשעטאָנען הײַנט נישט שטאַרק פּאָפּולער. האָבן די קאַמפּאַניע־מאַרקעטינג פֿירער געמוזט געפֿינען אַנדערע אופֿנים ווי צו פֿאַרקויפֿן זייער „סחורה‟.
איין מיטל ווי אויסצודריקן אַ מיינונג אויף אַ ייִדישן אופֿן איז דורך דער יאַרמלקע — בפֿרט ווען מע גייט אין שיל. הגם די רבנים און ראַבינער טאָרן, לויטן געזעץ, נישט אויסצודריקן קיין פּרעפֿערענץ פֿאַר אַ געוויסן קאַנדידאַט (ווײַל סינאַגאָגעס קאָנען דורך דעם פֿאַרלירן זייער סטאַטוס ווי נישט־פּראָפֿיטיקע אינסטיטוציעס), מעגן די מתפּללים פֿון די שילן עס יאָ טאָן, אַבי זיי טוען עס אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן.
הײַנט קען מען קויפֿן אַ בלאָע, ראָזעווע אָדער גראָע „הילאַרי‟־יאַרמלקע, וווּ עס שטייט איר נאָמען אויף העברעיִש, באַגלייט מיט אַ גרויסן „הה‟; און די טראָמפּ־שטיצער קענען קויפֿן אַ קאַפּל מיט טראָמפּס באַקאַנטער לאָזונג: „להפוך את אמריקה גדולה שוב‟ מאַכט אַמעריקע ווידער מעכטיק.
יאַרמלקעס טראָגן אָבער, בדרך־כּלל, בלויז די מענער, דאַרף מען אויסזוכן אַ מלבוש וואָס מענער און פֿרויען קענען ביידע טראָגן.
טאַקע דערפֿאַר איז הײַנט דער פּאָפּולערסטער אופֿן אויסצודריקן אַ פּרעזידענט־פּרעפֿערענץ אויף אַ ייִדישלעכן אופֿן פּשוט צו טראָגן אַ זומער־העמד מיט זײַן אָדער איר נאָמען. די הילאַרי־שטיצער קענען עס קויפֿן דאָ: //www.zazzle.com/hillary_clinton_hebrew_2016_t_shirt-235434960532847064
און די טראָמפּ־שטיצער — דאָ: //www.zazzle.com/mens_israel_for_trump_tee-235859887561670358
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.