אוי, די באַרעדערס!

No End to the Gossip

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published August 12, 2016, issue of August 29, 2016.

אין דער רובריק לערנען מיר זיך דעם טײַטש פֿון געשמאַקע פּויליש־ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס יצחק באַשעוויס זינגער האָט געניצט אין זײַן ראָמאַן „פֿאַמיליע מושקאַט‟


דאָ קערן מיר זיך אום אין די בעדער, דאָרטן װוּ ר׳ משולם האָט זיך באַקענט מיט רויזע־פֿרומעטלען און באַשלאָסן מיט איר חתונה צו האָבן. װי מיר װייסן, האָט ער זיך נישט געקענט באַגיין אָן זײַן משרת, קאָפּל. אויף קאָפּלען האָט ער זיך אין אַלצדינג פֿאַרלאָזט; טאָמער איז קאָפּל אַ מאָל קראַנק געװאָרן און נישט געווען בײַ דער אַרבעט, האָט ר׳ משולם אָפּגעפּטרט אַלע װאָס זענען געקומען מיט: „מײַן משרת איז נישטאָ. קומט מאָרגן!‟

קאָפּל איז געװען מער יחסן, אַ סך חשובֿער, בײַ ר׳ משולמען ווי זײַנע אייגענע קינדער. װי זײַן רעכטע האַנט האָט זיך קאָפּל געמישט אין שידוכים, קהלשע ענינים, „אַפֿילו אין די חסידישע מחלוקתן‟ (טשיקאַװע װאָס פֿאַר אַ מחלוקתן מע מיינט). „ר׳ משולמס זין און טעכטער‟ — װי געזאָגט, פֿיר פֿונעם ערשטן װײַב, דרײַ פֿונעם צװײטן — „האָבן לאַנגע יאָרן געפֿירט קעגן אים אַ מלחמה, אָבער געװוּנען האָט קאָפּל‟.

פֿאַר װאָס שרײַבט באַשעוויס „געװוּנען האָט קאָפּל‟ און נישט „קאָפּל האָט געװוּנען‟? ביידע זענען, פֿאַרשטייט זיך, קאָרעקט, נאָר „געװוּנען האָט קאָפּל‟ איז דראַמאַטישער. איך זע אַ נטיה צו שטעלן אָנהייב זאַץ דאָס װאָס מע װייסט שױן אָדער װאָס ס׳איז װינציקער אינטערעסאַנט, בשעת בײַם סוף זאַץ — דאָס נײַע אָדער אינטערעסאַנטע. דאָ האָט באַשעװיס, אַ פּנים, געהאַלטן, אַז „געװוּנען‟ איז נישט אַזוי אינטערעסאַנט, װײַל מע װייסט, אַז אין אַ מלחמה מוז איין צד געװינען, נאָר פּונקט וואָסער צד — דאָס איז ס׳טשיקאַװע, בפֿרט װען ס׳איז אפֿשר אומגעריכט, אַז אײנער אַ משרת זאָל מנצח זײַן אַ גאַנצע משפּחה.

אין קאַרלסבאַד שמועסן קאָפּל מיט ר׳ משולמען וועגן „די גאַליציאַנער רביים … מיט די פֿאַרפּוצטע טעכטער און שנורן“. ווי מיר האָבן שוין געזען, װאַקלט זיך באַשעוויס צװישן „שטובן‟ און „שטיבן‟. דאָ שרײַבט ער „שנורן‟; בײַ ליטװישע ייִדן איז „שנור, שניר‟, בשעת בײַ דרומדיקע — /שניר, שנירנ/. פֿאַרפֿירעריש זענען סײַ „שנורן‟, סײַ „שנירן‟, שרײַבט ער בדרך־כּלל מיט װאָװ, אָבער אויך מיט יוד.

װײַטער לײגט באַשעװיס דעם טראָפּ אױף דעם, װי אַזוי ייִדן באַרעדן איינס ס׳אַנדערע אָן אַ סוף: „בייזע צינגער האָבן גערעדט, אַז ר׳ משולם האָט [קאָפּלען] געמאַכט אין זײַן צװאה פֿאַר דעם אַפּטרופּוס איבער די קינדער‟; נאָך זײַן חתונה רופֿט מען אים „משוגע מטורף … אַן אַלטער בכל־תּאװה…‟ און צו רױזע־פֿרומעטלען האָט מען זיך אױך גלײַך גענומען: „זי׳ט עים גאַנץ שאַין אַרײַנגענומען אין די נעגעלעך‟ (אויסגעלייגט לױטן אַרויסרעד), „און ס׳מאַכט זיך נאָך פֿאַר אַ פֿרומער נשמה, אַ וצדקתך…‟

הייסט עס, אַז די באַרעדערס האַלטן, אַז רויזע־פֿרומעטל האָט חתונה געהאַט צוליב געלט — איר ערשטער מאַן איז געװען אַן אָרעמאַן און זי אַליין „איז מיט עטלעכע טעג צוריק געװען אַ קבצנטע און האָט געשפּאָרט יעדן גרײַצער‟, נאָר זי מאַכט דעם אָנשטעל, אַז זי האָט גענומען ר׳ משולמען צוליב עפּעס „העכערע‟ צילן. טשיקאַװע, װאָס אין דעם קאָנטעקסט װאָלט מען זיך געריכט אויף „צדקת‟ װי אַ סינאָנים פֿון „פֿרומע נשמה‟; „וצדקתך‟ (אַרויסגערעדט /װייצידקאָסכע/) איז גיכער אַ סינאָנים פֿון „פֿרומאַק‟, איינער װאָס האַלט, אַז ער איז פֿרימער פֿון אַלעמען און וואָס אַקעגן אים מעגן זיך אַלע שעמען.

אין גיכן האָט ר׳ משולם חרטה אויפֿן עסק: „באַלד נאָך דער חתונה האָט ר׳ משולם זיך גענומען אויסניכטערן. דער מאַנסבילשער חשק, וואָס האָט זיך אין אים דערוועקט בעת ער האָט געשלאָסן קאַנטשאַפֿט מיט רויזע־פֿרומעטלען, האָט זיך גלײַך ווידער אויסגעלאָשן. אין שלאָף־חדר האָט זיך די ייִדענע אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ צעבראָכענעם שאַרבן“. קודם־כּל — „שלאָף־חדר“, אַ סינאָנים פֿון „שלאָפֿשטוב“ און „שלאָפֿצימער“; בכּלל איז „חדר“ אַ פֿאַרשפּרייטער סינאָנים פֿון „צימער“, מסתּמא דערעיקרשט אין דרום־ייִדיש, כאָטש ס׳וואָרט „חדר“ איז בעסער באַקאַנט מיטן טײַטש „טראַדיציאָנעלע קינדערשול“. אַ שאַרבן איז skull, די ביינער וואָס דעקן צו דעם מוח, אָדער אַן אָפּגעבראָכן שטיקל פֿון אַן ערדענעם טאָפּ; אַ „צעבראָכענער שאַרבן“ איז עפּעס וואָס האָט שוין נישט קיין נוצן. אַז רויזע־פֿרומעטל איז אַ צעבראָכענער שאַרבן הייסט עס, אַז זי טויג שוין נישט אין בעט — כּידוע איז דאָס בײַ באַשעוויסן אַן עיקרדיקער ענין.

ר׳ משולם פֿאַרשטייט, אַז מיט איר איז ער אַרײַנגעפֿאַלן. וועגן זיך האָט ער זייער אַ געהויבענע מיינונג: „אין די איבער זעכציק יאָר וואָס [ער] איז געווען אַ מענטש פֿאַר זיך, האָט ער נישט געדענקט, ער זאָל האָבן אָפּגעטאָן אַ נאַרישקייט“. „זײַן אַ מענטש פֿאַר זיך“ (ס׳וואָרט „פֿאַר“ ווערט אַקצענטירט) הייסט אויפֿן אייגענעם באַראָט, מער נישט קיין קינד בײַ טאַטע־מאַמע, אומאָפּהענגיק. שווער צו גלייבן, אַז קיין איין נאַרישקייט האָט ער נישט אָפּגעטאָן, אָבער אפֿשר פֿאָרט: „ער האָט אַלע מאָל קלאָר דורכגעקלערט יעדעס טועכץ“. כאָטש דער „־עכץ“ איז אַ סך מאָל פּעיאָראַטיוו, איז ער דאָ נייטראַל — „טועכץ“ איז פּשוט „טוּוּנג“,(action). אַנדערע, טראַכט ער, זענען „היצקעפּ“ וואָס „טוען אָפּ זאַכן אין אײַלעניש … ער האָט אָפֿט געטראַכט … אַז זיי האָבן קליינע קעפּלעך, זענען נאַראָנים“. נאַר „איצט האָט ער אַליין … אָפּגעטאָן אַן אומבאַרעכנטע זאַך“. אפֿשר זאָל ער זיך מיט איר גטן? ניין, ער וועט „זיך האַלטן בײַם כּלל פֿון די חכמים: שבֿ ואַל תּעשׂה — עדיף“, ד״ה, בעסער טו גאָרנישט, ווײַל דו קענסט נאָך פֿאַרערגערן דעם מצבֿ.

צום גליק האָט ער „געהאַט אַ כּוח צו פֿאַרגעסן אַן אָפּגעטאָן נאַרישקייט און ווידער צו בלײַבן דער קלוגער ר׳ משולם מושקאַט, וואָס האָט נאָך אַלע ראַנגלענישן שטענדיק מנצח געווען: סײַ דעם שׂונא פֿון אינעווייניק — דעם יצר־הרע — סײַ די שׂונאים פֿון דרויסן“. דאָ איז טשיקאַווע, חוץ דעם תּוכן אַליין, וואָס „נאַרישקייט“ איז נייטראַל. הײַנט ווייסן מיר נאָר פֿון „די נאַרישקייט“ און „די ייִדישקייט“, ווי אויך „די באַוועגונג“, „די אויסשטעלונג“ אאַז״וו, אָבער עלטערע ווערטער פֿון דעם שניט זענען אין פּוילישן ייִדיש דווקא נייטראַל: „דאָס ייִדישקייט“, „דאָס באַלעבאַטישקייט“, „דאָס צירונג“, „דאָס פֿאַרפֿלייצונג“ און נאָך אַ צאָל. מרדכי שעכטער האָט נישט איין מאָל דערציילט, אַז פֿון זײַנע קינדער־יאָרן געדענקט ער אַפֿילו „דאָס האַרצקלאַפּונג“, וואָס הײַנט וואָלטן מיר געזאָגט „די האַרץ־קלאַפּעניש“.